איפה מושי, איפה שלומי..?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

פיש טאפ
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 1:23 am

איפה מושי, איפה שלומי..?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיש טאפ »

עס איז עלעווע צופרי, ס'הערשט א שטילקייט, גארנישט רעדט נישט, סאיז נישטא וועם צו געפינען, איך שטיי דא ביים קבר פון מיינע טייערע חברים,
מיין נאנטע חבר מושי, אוי, די הארץ רייסט... אונז זעמיר דאך אזוי נאנט געווען, אונז האמיר געהייט לאנגע אין טיפע שמועסן, אונז זעמיר ארויס געגאנגען כסדר אויף פארברענגען, אונז האמיר דורך געשמועסט לאנגע לשון הרע'ס אין די טיפע נאכט שעות... נאך פון ישיבה קטנה ווי אונז האמיר זיך באקענט אין צוזאמען געלערענט בלעטער גמרא,
ניין, איך גיי נישט זאגן אז דו ביסט געווען די גרעסטע צדיק'ל, אבער איך וועל אויכט נישט רעדן אויף דיר קיין שלעכטס, נישט צו אויפרייצן די מקטריגים.
ס'בענקט זיך מיר נאך דיין ווארעמע שמייכל, כאטש נאך איין מאל גרוס מיר א גוט מארגן...
ס'איז געווען אזוי גוט צוזאמען, אין יעצט זעמיר שוין געשייד...

מיין טייערע חבר שלומי... ווי ביסטו?...
וואס האסטו דיך פון אונז געשייד?..
מיין טייערע חברותה שלומי, וואס טוה איך אן דיר?..
האסט מיר איבערגעלאזט מיט שווערע פאטענטן וואס די האסט שטענדיג אויסגעטראפן...
האסט מיר איבערגעלאזט אן דיין ווארעמע הארץ...
האסט מיר איבערגעלאזט אזוי ווי... אזוי ווי א בחור אן א חברותה...

מיין הארץ איז מיר צובראכן, כ'ווייס נישט ווען ס'וועט זיך צאמשטעלן...

מיין נפש וויינט... ס'פרעגט... האסטו נישט געקענט עפעס העלפן?..

איך שטיי דא ביי דיין מצבה,
ס'רעדט צו מיר, ס'שרייט... עס קוקט מיר אן ווי א קאלטע שטיין, עס דערציילט מיר א לאנגע געשיכטע וועגן איינעם מושי... וואס האט אמאל עקזיסטירט.

ווי א קאלטע סאלדאט שטייט ער, ער לאזט מיר וויסן וועגן איינעם שלומי.

איך קען גארנישט ליינען, אבער די מצבה דערציילט מיר א גאנצע לעבענסגעשיכטע מיט אלע דעטאלן...
קיינער באשילדיגט מיר נישט, אבער הלוואי ווען איך וואלט ווען געקענט העלפן...

איך געב נאך איין בליק אויפן קאלטן מצבה,
ס'איז נישט פון שטיין.
אין ס'שטייט נישט פה נטמן.





ס'שטייט אייפאון פיפטין...


- - -

אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט אין א קליין שטעטל, אין א רואיגע סביבה, לערענענדיג אין א קליין ישיבה קטנה, האב איך פארמאגט צוויי גוטע פריינד, איינס מיט די נאמען מושי, אין איינס שלומי,
צוויי וואוילע בא'חנ'טע בחורים. פיל מיט יראת שמים אויסגעגאסן אויף זייער איידעלע שטערן...

גאט האט אראפ געקוקט אין הנאה געהייט פון זיין וואונדעליך וואוילע פאלק,
ס'האט זיך געלויט צו קלייבן דאס פאלק.
מיט אזאנעכע איידעלע בחורים, ווער דארף מעקסיקאנע...

אונז פלעג מיר צוזאמען זיצן, לערנען אין שמועסן, אין צוזאמען אריין אינעם גרויסן ישיבה גדולה.
איך געדענק נאך ווי אין צווייטע עידש האמיר צוזאמען געגאנגען קויפן א פאון, פארשטייט זיך א כשר'ע,
נישט מער ווי רעכט, מיר האבן אפילו נישט געהאט די בחירה, אמער, די גאנצע עידש האט נאר אונז נישט??
פארשטייט זיך אז מען קויפט נאר מיט אן הכשר, א כשרע טאלק אין טעקסט פליפ-פאון.

ניין, נישט דארט האט זיך עס אנגעהויבן...

בין הזמנים נאכדעם וואס די מנהל האט דיר צוגעכאפט דיין פאון, האסטו מיר געוויזן אויף דיין נייע פאון ווי די האסט ארויף געלייגט עטליכע עפפ'ס צו פארגרינגערן די לעבן, האסט געהייט אידיש קיבארד, צו זיך פארגרינגערן פון זיך מוטשענען צו שרייבן פון ענגליש, אויכט אן עפפ וואס קען צו שרייבן אויף פיקטשערס,
אבער איך האב דיר געזאגט אז איך גיי נישט אזוי טון, ווייל דו האסט נישט אזוי קיין גוטע פילטער, אינטערנעט האסטו אוודע געבלאקט, אבער מ'ברויך האבן געהעריג 'משומר'.
אבער דו האסט געטון וואס דו האסט געוואלט.

צום סוף האב איך אויך געקויפט א צווייטע פאון, נאך וואס די מנהל איז ארויפגעקומען אויף די שפירן פון מיינס, אין עס אפגענימען, אבער דאסמאל האב איך שוין יא ארויפגעלייגט די עפפ'ס וואס דו האסט מיר פארשאפט,
שכח, אזוי האב איך געהייט אידיש קיבארד, אויך אן אימעדש עדעטער עפפ, די לעבן איז מיר גרינגער געווארן,
שפעטער האט מיר איינער ארויף געלייגט אייוועלט, באמת האב איך נישט געוואלט, אבער די ישיבה איז געווען שילדיג, זיי האבען נישט צוגעשטעלט וואס צו טון, ס'סאיז דעפענעטלי זייער שילד. אין בעצם וואס איז די פראבלעם פון א כשרע חסידישע זייטל.

איין טאג, ווען אונז האמיר ארויס געגאנגען שפאצירן, אונז האמיר געכאפט א ציגרעטל צוזאמען, אין מיט א רואיגקייט אראפגעוואקט גאסן,
האסט מיר געוויזן א נייע עפפ וואס דו האסט פארשאפט,
וואטס עפפ.

האסט מיר מיט הנאה געוויזן ווי געשמאק ס'איז, האסט מיר מחי'דיג געוויזן סטעטוס, אין ווי דו קענסט ארויסלייגן דיין אייגענע סטעטוס, באמת א געשמאקע עפפ, ס'פעלט נישט אויס צו טרעפן פרעמדע עלעמענטן, ס'איז לאקעל, היימיש, ביסט אויפגעסיינט אויף פארשידענע געשמאקע גרופ'ס, עס איז אמת'דיג געשמאק,
כ'האב דיר מקנה געווען.

א שטיק צייט האב איך מיר גע'ישב'ט צו איך זאל עס אויף ארויפלייגן, ס'האט מיר באמת געצויגן, נאכדערצו ווען איך האב נישט וואס צו טון דא אין ישיבה.
למעשה האב איך עס נישט ארויף געלייגט, ווייל איך האב נישט געהייט גענוג דעטא, כ'וואלט געדארפט צוצאלן נאך אפאר דאללער וואס איך האב נישט געהייט,
כ'בין געבליבן אן וואטס עפפ.


- - -

ס'איז שוין איבער א יאר שפעטער, אונז זעמיר שוין פערטע עידש, איך שטיי דא יעצט נעבן דיין אייפאון אין איך וויין...
אונז פלעג מיר זיין אזאכע גוטע חברים, ס'איז געווען ממש א פארגעניגן צו זיין אין דיין געזעלשאפט, מ'האט פשוט געפילט דיין הארץ.

היינט צוטאגס זיצטו אויף דיין פאון ביז אין די נאכט אריין, תיכף ווען די שטייסט אויף זיצטו שוין אויף דיין פאון, ביז... ביז מ'דארף שוין גיין נאכאמאל שלאפן...
רופסט מיר צו ארויס קומען פאר א ציגרעטל, איך פריי מיר צו האבן אפאר מינוט צו פארברענגען מיט דיר, אבער איינער האט דיר אריינגעשיקט א וויכטיגע ווידיאו.
איך טריי דיר צו שלעפן פאר א סאפיר אין רעסטעראנט, אבער דו באשטעלסט אובער איט'ס.
איך בעט דיר ארויסצוקומען צו א פארק, אבער דו האסט ווירטשל געימ'ס.

איך ווייס נישט וואס איז דא אזוי צו טון אויף דיין סקרין אז ס'זאל זיין מער ווי סאושעלייזן...
אבער ס'איז נישט פון וועם צו רעדן.

איך טראכט צוריק, זענען די שומרים קארטלעך יא געווען גערעכט..?

אונז האמיר א קאוטש, א טיש, א פרידשעדער, אין א מענטש וואס זיצט אויף א פאון...

ווי איז די יונגל פון אמאל?

איך פארשטיי אז דו רעגסטיך פארוואס איך רוף דיר נישט מיט, גערעכט, דו קענסטיך נישט אפרייסן פון דיין פאון,
אבער דו הערסט נישט ווי איך רוף דיך יא.

אייפאון, אייפאון, אל תכסו דמיו...


---

איך שרייב דא מיט מיין צווייטע ניק, וואס מיינע חברים קענען נישט, אזוי אויך האביך געטוישט קליינע פאקטן, איך וויל נישט אז זיי זאלן זיך רעגן אז איך מיין זיי...
אבער אז דו מיינסט אזוי...
-אפשר טאקע?
לעצט פארראכטן דורך פיש טאפ אום מאנטאג אפריל 15, 2024 1:08 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ברדלס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: איפה מושי, איפה שלומי..?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

רירנד.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4827
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: איפה מושי, איפה שלומי..?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

Just wow
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 2:21 pm

Re: איפה מושי, איפה שלומי..?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטיין »

איך קען וויינען צוזאמען מיט דיר....
אז דו פארשטייסט נישט יענעם, כאטש האלט אייך ס'מויל.
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: איפה מושי, איפה שלומי..?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

אוטש!
אוועטאר
רינגל
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 25, 2014 2:05 pm

Re: איפה מושי, איפה שלומי..?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינגל »

צדיק האסט א פעדער אין די האנט! חזק ואמץ!
אוועטאר
ברוכ'ל
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2024 5:37 pm

Re: איפה מושי, איפה שלומי..?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכ'ל »

ליידער צענדליגע איידעלע און וואוילע נשמות ווערן פארוואנדלט אין א הויפן ביינער וואס האט נישט קיין חיות אין זיך, הונדערטע בחורים און יונגעלייט האבן זיך מיט ווייטאג געשיידט פון נאנטע חברים, די בעסטע און שענסטע ביי כלל ישראל ווערן ברוטאל אוועקגעריסן פון אונז צוליב זייער כלי וואס האט קודם בלויז געהאט ווידיאו און דערנאך איז אומשילדיג ארויפגעלייגט געווארן נאך איין כשרע עפפ און אזוי ווייטער און ווייטער ביז עס האט זיי געפירט אין שאול תחתית אריין

הייליגע באשעפער... וויפיל נאך קרבנות דארפן מיר מקריב זיין א דאנק די אינטערנעט? וויפיל נאך חברים וועלן זיך אפשיידן פון אונז?

הארצרייסענד!!!
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: איפה מושי, איפה שלומי..?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

ריכטיג יעדער ווארט.

ווייטאגליך דאס ביטערע מציאות הדברים.

איך באשולדיג טאקע נישט קיינעם, אבער פארוואס איז דאס דער ערשטער מאל דו ביסט מיר מודיע אזוי ברמיזה, אז דו האסט אין מיר געזעהן א געשמאק צו פארברענגען?
פארוואס ליין איך דא דער ערשטער מאל, אז דו פלעגסט הנאה האבן מיר אויסצוהערן?
פארוואס זאגסטו יעצט דאס... איין מינוט, כ'האב באקומען אן אינטרעסאנטער מעסעדזש.
טטיל (טאלק טא יא לעיטער)
אוועטאר
חיריק
שר האלפיים
תגובות: 2742
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: איפה מושי, איפה שלומי..?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

וואף.. שוילאנג נישט געליינט אזאנס.
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:27 pm
אמר רבי ביינוש, הרי אני כבן שבעים שנה ולא זכיתי ... עד שבא חיריק ובילבל את כל העולם כולו... בב"א
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1020
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: איפה מושי, איפה שלומי..?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

אוי!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
דעת גדול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:38 pm
לאקאציע:טיעף און וואלד... אויף אן אקציע...

Re: איפה מושי, איפה שלומי..?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת גדול »

דאס איז פלעין מציאות..
שמחה=שמייכל=רואיג=פאזעטיוו=צו גאט און צו לייט

איש תם. יושב אוהלים...
אייביג ביזי
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 10, 2023 7:41 pm

Re: איפה מושי, איפה שלומי..?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייביג ביזי »

אמת ויציב!!
אבער לאמיר נישט וויינען און די וועלט אריין, לאמיר טראכטן אויף פאראויס קען מען עפעס טוהן דאס צו פארמיידן און די צוקונפט??

ווער עס האט סיי וואספארא געדאנק זאל אריינקומען ביטע,

האלטס ענק נישט צוריק! עס קען ראטעווען לעבנס!!!
אוועטאר
משפטים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 08, 2023 11:20 am

Re: איפה מושי, איפה שלומי..?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משפטים »

עס ציפט...

צו איז דען דא וואס צו טון?...
ס'איז נישט קיין חסרון צו האבן חסרונות
פיש טאפ
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 1:23 am

Re: איפה מושי, איפה שלומי..?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיש טאפ »

אויסגעהיילט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 2:12 am
ריכטיג יעדער ווארט.

אבער פארוואס איז דאס דער ערשטער מאל דו ביסט מיר מודיע אזוי ברמיזה, אז דו האסט אין מיר געזעהן א געשמאק צו פארברענגען?
פארוואס ליין איך דא דער ערשטער מאל, אז דו פלעגסט הנאה האבן מיר אויסצוהערן?
פארוואס זאגסטו יעצט דאס... איין מינוט, כ'האב באקומען אן אינטרעסאנטער מעסעדזש.
טטיל (טאלק טא יא לעיטער)
אקעי, כוועל זאגן די אמת, צו דיר בין איך בכלל נישט אינטערעסירט צו רעדן...

וואטעווער...

די איידיע שבו, וויזוי זיצטו אויף דיין פאון א גאנצן טאג..?
פארוואס טרייסטו נישט צו רעדן צו איינעם...
סאשעלייזן איז וויכטיג פאר די בריאה.

אז קיינער וויל נישט רעדן צו דיר, טריי דו צו שמועסן מיט א צווייטן...
זיין א סטאטיע איז קיין אפציע...
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: איפה מושי, איפה שלומי..?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

אייוועלט אויף א כשר'ע טעלעפואן?

איך גלייב נישט...
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
אוועטאר
ברוכ'ל
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2024 5:37 pm

Re: איפה מושי, איפה שלומי..?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכ'ל »

לחם לאכול האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:33 pm
אייוועלט אויף א כשר'ע טעלעפואן?

איך גלייב נישט...


ער איז נישט בלינד געווארן?
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: איפה מושי, איפה שלומי..?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

ברוכ'ל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:39 pm
לחם לאכול האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:33 pm
אייוועלט אויף א כשר'ע טעלעפואן?

איך גלייב נישט...


ער איז נישט בלינד געווארן?
נאכמאל,

ער האט געהאט גוטע גלעזער
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
די רבי איז געזונט
שר חמש מאות
תגובות: 929
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:32 pm

Re: איפה מושי, איפה שלומי..?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רבי איז געזונט »

לחם לאכול האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:40 pm
ברוכ'ל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:39 pm
לחם לאכול האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:33 pm
אייוועלט אויף א כשר'ע טעלעפואן?

איך גלייב נישט...


ער איז נישט בלינד געווארן?
נאכמאל,

ער האט געהאט גוטע גלעזער
אדער האט ער א קווין פאון
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: איפה מושי, איפה שלומי..?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

די רבי איז געזונט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:42 pm
לחם לאכול האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:40 pm
ברוכ'ל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:39 pm
לחם לאכול האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:33 pm
אייוועלט אויף א כשר'ע טעלעפואן?

איך גלייב נישט...


ער איז נישט בלינד געווארן?
נאכמאל,

ער האט געהאט גוטע גלעזער
אדער האט ער א קווין פאון
אויך קליין...
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
אוועטאר
א שטיק געפיל
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 2:31 pm

Re: איפה מושי, איפה שלומי..?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטיק געפיל »

אוי עס ציפט
אבער ליידער און יעדע ישובה איז דא אפאר אזעלכע
מ'דארף נישט אנזעצן און נישט האבן קיין געלט פאר רענט כדי צו ווערן א עושר און זיין סוקסעפול
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: איפה מושי, איפה שלומי..?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

פיש טאפ האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 2:39 pm
אויסגעהיילט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 2:12 am
ריכטיג יעדער ווארט.

אבער פארוואס איז דאס דער ערשטער מאל דו ביסט מיר מודיע אזוי ברמיזה, אז דו האסט אין מיר געזעהן א געשמאק צו פארברענגען?
פארוואס ליין איך דא דער ערשטער מאל, אז דו פלעגסט הנאה האבן מיר אויסצוהערן?
פארוואס זאגסטו יעצט דאס... איין מינוט, כ'האב באקומען אן אינטרעסאנטער מעסעדזש.
טטיל (טאלק טא יא לעיטער)
אקעי, כוועל זאגן די אמת, צו דיר בין איך בכלל נישט אינטערעסירט צו רעדן...

וואטעווער...

די איידיע שבו, וויזוי זיצטו אויף דיין פאון א גאנצן טאג..?
פארוואס טרייסטו נישט צו רעדן צו איינעם...
סאשעלייזן איז וויכטיג פאר די בריאה.

אז קיינער וויל נישט רעדן צו דיר, טריי דו צו שמועסן מיט א צווייטן...
זיין א סטאטיע איז קיין אפציע...
אהה.

כ'בין יא געווען גערעכט.

איז וואס האסטו טענות?
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: איפה מושי, איפה שלומי..?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

ווייטאגליך.

גוט געשריבן.
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2662
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: איפה מושי, איפה שלומי..?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

סיריעס? די גאנצע ארטיקל האסטו געשריבן פון דיין קליינע טעלעפאון? קומצעך דיר טאקע קרעדיט!

וואס האלטסטו קען מען זאגן פאר דיינע חברים?
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
בן גלאדעש
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: איפה מושי, איפה שלומי..?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

אמת ויציב
why drink and drive when you can smoke and fly
בלויע רעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 10:02 pm

Re: איפה מושי, איפה שלומי..?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלויע רעקל »

זייער רירינד...

מ'ברויך געבן פאר די בחורים וואס צו טוהן, די מהלך פון ביז יעצט אז אלע בחורים מוזן גיין פון ישיבה אין איינזיצן פון זעקס צופרי ביז אכטע באנאכט ארבעט נאו-מאר, ווען א בחור גייט ליידיג האט ער גענוג זאכן צו אנפילן זיין צייט, סאיז זייער גרינג היינט צו שאפן מאוויס, אין אפילו ס'גייט ארויס קומען יעדע יאר א נייע יוסעלע בוך מיט באשרייבנוגן פארוואס מאוויס מאכן חרוב די לעבן אין צומישן א מענטש גייט דאס נישט טוישן די פאקט אז ווען בחורים גייען ליידיג איז מאוויס די גרינגסטע וועג ארויס, ביז אכציג יאר צוריק פלעגט זיין די מהלך אז בחורים וואס האבן געהאלטן ביים לערנען האבן געלערנט אין די איבריגע האבן געארבעט! אפשר איז צייט צוריקצוטוישן?!?!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”