קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט
איך שרייב א בריוו צו דיר מיין חבר, זעענדיג ווי דו מוטשעסט זיך, און אין מיינע אויגן האסטו פארזען דעם איינעם וויכטיגן נקודה.
איך שרייב דעם בריוול צו דיר דא אויף א פובליק פלאטפארמע, איך ווייס אז דיינע שמוץ-וועש ברויך איך נישט וואשן ברבים, אבער איך זע דערין א תועלת, ווייל דו ביסט נישט דער איינציגער מיט דעם פראבלעם, און האבנדיג אביסל ערפארונג און באקאנטשאפט מיט אזא ענליכע סיטואציע (סטיגמע אלערט), שפיר איך אז דו, און נאך אסאך אידן, וועלן קענען געניסן דערפון.
יעצט צום ענין.
איך זע ווי דו מוטשעסט זיך מיט דיין צדיק'ל, איך זע וואספארא עגמת נפש דו מאכסט מיט, און עס איז מיר קלאר אז דאס קומט פון דעם וואס נאך אזא לאנגע צייט וואס ער איז געווען דערווייטערט האט ער געוויזן צייכענעס אז ער וויל צוריקקומען, און דו ביסט ווילד ארויפגעשפרונגען דערויף און אנגעהויבן ארבעטן דערמיט אגרעסיוו.
און דאס האט דיר צוריקגעשמיסן אין פנים. יא, פיזיש זעסטו טאקע אז ער איז צוריק, אבער ער איז נישט דער זעלבער און נישט דאס וואס דו האסט ערווארטעט.
דו קרעכצסט אונטער. דו כליפעסט הויעך. דו קענסט זיך שווער צוזאמקלויבן.
דו האסט זיך צו מיר אויסגעדרוקט ווערטער וואס האבן מיר דערציטערט, זאגנדיג "איך קלער צי עס וואלט שוין בעסער געווען ער זאל בלייבן דארט ווי פריער". א פחד. די ווערטער צייגן טיפע יאוש און אנטוישונג, און מען זעט ווי דו עסט זיך אויף פון אינעווייניג.
איך ווייס אז דו שעמסט זיך צו גיין בעטן הילף פון אנדערע, זינט דיינע שוועריגקייטן האסטו נאך מיט קיינעם מיטגעטיילט, איך ביח דער איינציגער מענטש וועמען דו האסט פארטרויעט דעם סוד.
דיינע ארומיגע און אפילו דיינע נאנטע מענטשן זעען נאר וואס מען זעט פון אינדרויסן, נישט כאפנדיג אז אין דיר טריפט בלוט. איך וועל אבער יא נעמען דאס ווארט, ויהי לרצון אמרי פי.
ערשטנס דארפסטו אביסעלע טוישן דיין בליק. באמת פארשטיין אז זיין זיך אוועקקערן איז נישט געקומען פון קיין שלעכטיגקייט. איך ווייס אז דער סארט שפראך איז נישט אינגאנצן פאפולער, אבער איך זאג עס בפה מלא, און איך זאג עס נאכ'ן הערן פון אזעלכע דעם ריינעם אמת. עס זענען די ארומיגע אומשטענדן וואס האבן אים אוועקגעפירט, און זיין הארץ האט אלעמאל געוואלט זיין גוט.
פארשטיי אים, פארשטיי אז ער איז אויך דורך א מיטמאכעניש. פארשטיי אז יעצט וויל ער באמת צוריקקומען.
יעצט אז דאס איז שוין קלאר, דו האסט שוין נישט קיין שווער הארץ אויף אים, זעמיר שוין איין טריט נענטער. יא, ער שפירט עס ווען דו ביסט בייז אויף אים. און יעצט אז דו פארשטייסט אים שפירט ער דאס אויך.
וואס דו דארפסט יעצט טון איז זיך אנגארטלען מיט געדולד. ער וויל צוריקקומען, אבער פארשטיי אז ער איז געווען "דארט" פאר א וויילע, און דער טויש אויף צוריק גייט נישט אין א מינוט.
יא, גייסט עס שפירן אביסל, עס גייט אביסל שטעכן, עס גייט נישט זיין אזוי באקוועם, אבער גיי מיט דערמיט. נאר אזוי גייט זיך די אייז ברעכן.
און נאך איין וויכטיגע זאך, געדולד מיינט אויך בכמות. גיי צוביסלעך. לאז אים צוביסלעך צוריק אריינקומען אין אונזער אטמאספעהר. ער מוז נישט גלייך זיין דא אויף הונדערט פראצענט. ווער נישט פארלוירן! ניין, ער איז נישט נאר "טיילווייז" צוריק, ער איז פולקאם צוריק! אבער ער גייט צוביסלעך, פאמעליך, פאוואליע, לאז אים.
געב אים ווארימקייט, שענק ליבשאפט, צייג אן אפן הארץ צו אים.
דאס איז עפעס וואס די גרעסטע מומחים בדורינו זענען מעיד אז דאס איז דער ריכטיגער וועג, און נאר אזוי ארבעט עס.
אלזא, נאכדעם וואס פאר מער ווי א וואך האבן די ווייסע זאקן דערווייטערט דיינע הויזן פון די שיך, און אצינד, ענדליך, וויל דער הויזן זיך צוריק פאראייניגן און קומען נענטער צום שוך, איז מיין עצה צו דיר, נעם די אסרו חג אומבאקוועמליכקייט רואיג, געדולדיג, און מיט ליבשאפט.
ער וויל צוריקקומען. דיין הויזן וויל זיך צוריק פאראייניגן מיט דיינע שיך. אבער עס גייט נישט אין איין מינוט.
לאז אים גיין צוביסלעך. איין אינטש א טאג, ביז ל"ג בעומר וועט ער שוין זיין פולקאם צוריק! איך זאג דיר צו!
און געדענק. ס'טאקע אומבאקוועם, ס'שטעכט, די וואגיגע הויזן נעמען איבער דאס פלאץ פון די לופטיגע ווייסע זאקן, איך ווייס די שפירסט עס. איך ווייס דו קענסט טראכטן אז ער גייט דא זיצן צו לאסט אויך דיינע פיס, אבער געדולד! אלעס וועט זיך זעצן!
איך זאג דיר. איך רעד פון ערפארונג!
א פרייליכן אסרו חג!
(געדאנק קרעדיט ידידי ג. בערקאוויטש)