וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר האלפיים
תגובות: 2800
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

UoMxy.png
UoMxy.png (143.17 KiB) געזען 1323 מאל

מאגן ברענען, אדער ווי עס ווערט גערופן אויף ענגליש "הארץ ברענען", איז א סימפטאם פון עסיד ריפלאקס, וואס מיינט אז די עסיד (די שארפע כעמיקאלן וואס די מאגן לייגט אריין אין די שפייז צו "פארדייען" דאס עסן) פון די מאגן רייסט זיך דורך די טיר וואס דארף אים האלטן אינעם מאגן, און גיסט זיך איבער ארויף אינעם וושט. די שארפע עסיד מיט וואס די וושט באגעגענט זיך שאפט די געפיל ווי די הארץ אדער דער מאגן "ברענט". עס זענען דא עטליכע מיטלען וואס קענען העלפן קורץ טערמיניג, דאס מיינט אז עס דארף העלפן אפשטעלן די יסורים אויפן פלאץ. דאס ערשטע דארף מען פרובירן פשוט א גלעזל צוויי קאלטע וואסער וואס וועט אראפ שווענקען די עסיד פונעם וושט, וואס דאס האט בכלל נישט קיין שעדליכע סייד עפעקטס. אויב דאס העלפט נישט, דארף מען פרובירן מיט טאמס, וואס באשטייט פון קאלציום, וואס שטילט אביסל איין די עסיד, אז עס זאל זיך קענען האלטן אין די ראמען. אבער דאס איז אויסדרוקליך נישט גוט אויפן לאנגן טערמין. אויב עס מאכט זיך א מאגן ברענעריי פון צייט צו צייט, איז עס זייער גוט. אויב א מענטש זעט אז ער דארף ממש טאג טעגליך נעמען טאמס, איז צייט צו נעמען מער שריט.

די ערשטע זאך איז תפלה, מען זאל בעטן דעם אויבערשטן מען זאל מצליח זיין צו טרעפן דעם פראבלעם. דערנאך איז כדי צו אידענטיפיצירן די מאכלים צו וואס זיין מאגן איז האקל דערויף, פילע וועלן ליידן דערפון נאך שארפע, פעטע, אדער זויערע מאכלים, וכדומה. און פארמיידן ווי ווייט מעגליך די יענינגע זאכן וואס די מאגן גלייכט נישט. טייל זענען האקל צו קעפין, אלקאהאל, ציטרוס פרוכט, אדער סאדע. אויך קען מען ענדערש באקומען מאגן ברענעריי אויב מען עסט זיך איבער, איז כדי צו עסן מיט דרך ארץ ענדערש מערערע מאל קלענע סעודות, ווי איידער זיך איבערעסן. אויך איז כדי נישט צו עסן נאנט צום גיין שלאפן, ווייל זיך אראפ לייגן נאכן עסן קען פארגרינגערן די עסיד ארויסצוגיין פון די ראמען. איבערוואג איז אויך כדאי צו נעמען אין באטראכט. איבעריגע פונטן לייגן דרוק אויף מאגן, און קען ארויסשטיפן עסיד צו וואו עס געהער נישט. טרונקען גענוג: ווען די מאגן האט גענוג פליסיגקייט, איז די עסיד נישט אזוי שארף און נישט אזוי אקטיוו. אבער נאך אלעמען און מיט אלעמען דארף מען בעטן דעם אויבערשטן, און גלויבן אז נישט די השתדלות ברענגט די רעזולטאטן, נאר דער אויבערשטער פירט די וועלט אזוי ווי ער וויל.

יעצט ווען מיר שטייען נאך דעם הייליגן יום טוב פסח, זענען מיר אלע פרייליך אז דער מאגן האט פאר גאנצע אכט טעג (אדער אין ארץ ישראל זיבן) נישט אריינגענומען א ברעקל חמץ, אבער האט אריינגענומען די פילע כוסות וויין, מצה, און מרור. דארפן מיר זיך זייער פרייען דערויף. און שמחה איז די בעסטע רפואה פאר אלע מחלות. און סטרעס איז די שעדליכסטע פאר אלע מרעין בישין. א ברסלב'ע חסיד איז געווען זייער פרייליך אין בית המדרש נאך פסח זאגענדיג "איך האב אכט טעג נישט געגעסן קיין משהו חמץ", פרעגט אים א איד "פון וואו ווייסטו?", פאר דעם איד איז געווען א שאד צו ענטפערן. אבער שפעטער האט דער איד געזאגט פאר די ארומיגע "פון וואו ווייסטו אז דיין פלייש האט נישט קיין בלוט נאכן זאלצן?", ווייל אז מען האט געזאלצן כהלכה, האט עס שוין נישט קיין בלוט. און אפילו דו וועסט מיר אויפווייזן אין א לאבראטאריע אז די רויטע זאפט וואס מען זעט צומאל אויף געזאלצענע פלייש אז דאס איז סייענטיפיש בלוט. זאג איך דיר אז דאס איז נישט קיין בלוט. ווייל אז די הלכה זאגט אז דאס איז נישט קיין בלוט, איז עס נישט קיין בלוט. מיר האבן אלע אויפגערוימט די הייזער ווי די הלכה פארלאנגט, מיר האבן געבאקן די מצות אונטער אכצן מינוט ווי די הלכה פארלאנגט. דערפאר בין איך זיכער אז איך האב נישט געהאט קיין ברעקעלע חמץ, און דערפאר בין איך זייער פרייליך. און די שמחה של מצוה אז איך האב נישט געהאט קיין חמץ וועט מיר אפהיטן די גאנצע יאר איך זאל זיין אפגעהיטן פון יעדע עבירה רח"ל, און פון יעדע מחלה.

אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו [email protected] , און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

גענומען פון דא מיט רשות פונעם שרייבער: גרשון קרעמער
צל עובר האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 1:22 pm
דער רבי האט נישט אנגעקוקט די אמעריקאנער רעגירונג אלס א פירמע וואס פלאנצט איין טשיפס דורך וואקסינען
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1904
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

א אלטע שאלה, צו א גלעזל סאדע וואסער העלפט אויכט, אדער מאכט עס גאר ערגער.

אויך איז אינטערסאנט וואס ער שרייבט אז עסן מער ווי די מאס קען פאראורזאכן מאגן ברענעריי.
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר האלפיים
תגובות: 2800
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

שפילקעס האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 5:23 pm
א אלטע שאלה, צו א גלעזל סאדע וואסער העלפט אויכט, אדער מאכט עס גאר ערגער.

אויך איז אינטערסאנט וואס ער שרייבט אז עסן מער ווי די מאס קען פאראורזאכן מאגן ברענעריי.
סעלצער העלפט אייביג ביי מיך...

די אנדערע זאך קענסטו אים שיקן א אימעיל
צל עובר האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 1:22 pm
דער רבי האט נישט אנגעקוקט די אמעריקאנער רעגירונג אלס א פירמע וואס פלאנצט איין טשיפס דורך וואקסינען
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32696
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

סעלצער איז פון גרעסטע פראבלעמען! ס'שטילט טאקע איין אויף די מינוט, אבער סעלצער איז פון די גרעסטע גורמים פאר מעגן ברענעריי...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2731
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

ביינונז נעמט מען פעפסיד - פעמיטידיין. (אמאל פלעגט עס זיין זענטעק)
אוועטאר
חיים יצחק
שר האלף
תגובות: 1062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

א קאפ צוויי מילך איז זייער גוט
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

חיים יצחק האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 6:38 pm
א קאפ צוויי מילך איז זייער גוט
מילך איז אויך קאלסיום.

וואס איז דער עפעקט פון טאמס?
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר האלפיים
תגובות: 2800
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 6:01 pm
סעלצער איז פון גרעסטע פראבלעמען! ס'שטילט טאקע איין אויף די מינוט, אבער סעלצער איז פון די גרעסטע גורמים פאר מעגן ברענעריי...
יישר כח!
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס מיין מאגן ברענט אזוי פיל, איך טרינק יעדן טאג כמעט א גאנצע באטל סעלצער ...
(הייב מיר אן פון יעצט)
צל עובר האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 1:22 pm
דער רבי האט נישט אנגעקוקט די אמעריקאנער רעגירונג אלס א פירמע וואס פלאנצט איין טשיפס דורך וואקסינען
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3541
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

נישט די סעלצער. די ״געז״ דערפון איז אלקעליין וואס נוטרעלייזד עסיד. אבער די באבל דארף דאך אויך ארויפקומען, עפענט עס אויף דע טיר צוריק.
אוועטאר
בשר ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 8:47 pm

Re: וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשר ודגים »

ווייסעכנישט פונקטליך וואס ס'מיינט און וויזוי מ'פארמיידט אים, אבער ס'זיכער איז זיכער אז יעצט ברענט ער עד לב השמים..
מ'טרינקט לחיים און מ'איז פריילאך און מ'גייט א קאראהוד
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר האלפיים
תגובות: 2800
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

בשר ודגים האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:25 am

כ’מעג אפשר הערן דיין מעניו פון מאכלים די לעצטע שבת?
צל עובר האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 1:22 pm
דער רבי האט נישט אנגעקוקט די אמעריקאנער רעגירונג אלס א פירמע וואס פלאנצט איין טשיפס דורך וואקסינען
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אביסל זאלץ וואסער איז גוט, אויב מ'ליידט נישט אויפ'ן הארץ.
אוועטאר
בשר ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 8:47 pm

Re: וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשר ודגים »

אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:27 am
בשר ודגים האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:25 am
ווייסעכנישט פונקטליך וואס ס'מיינט און וויזוי מ'פארמיידט אים, אבער ס'זיכער איז זיכער אז יעצט ברענט ער עד לב השמים..
כ’מעג אפשר הערן דיין מעניו פון מאכלים די לעצטע שבת?
קידוש-'קלערעט' וויין פון רש"י
צופרי-לאקשן קוגל-קושקע
שליסל חלה
קאפ פון א סעלמאן פיש
געפילטע פיש
פיש יויך
טאמאטע דיפ
עגפלענד דיפ
דזשעליפינאוי דיפ
שליוואויץ ברוינפן
טשיקן זופ מיט לאקשן-ארבעס
צופרי-ברוינע אייער מיט לעיבער
ביף פיסטראמי
פערפעל
פאטעיטע קוגל
צופרי-פצעי, טשולענט, פלאנקען,מארך ביינער וכו'
קאמפאט
מ'טרינקט לחיים און מ'איז פריילאך און מ'גייט א קאראהוד
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר האלפיים
תגובות: 2800
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

בשר ודגים האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:35 am

חוץ די וויין, בראנפאן, טשולענט, פצעי, מארעך ביינער, און פלאנקען זענען אונז די זעלבע.
און געטרינקן האסטו וואס?
צל עובר האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 1:22 pm
דער רבי האט נישט אנגעקוקט די אמעריקאנער רעגירונג אלס א פירמע וואס פלאנצט איין טשיפס דורך וואקסינען
אוועטאר
בשר ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 8:47 pm

Re: וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשר ודגים »

אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:43 am
בשר ודגים האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:35 am
אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:27 am
בשר ודגים האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:25 am
ווייסעכנישט פונקטליך וואס ס'מיינט און וויזוי מ'פארמיידט אים, אבער ס'זיכער איז זיכער אז יעצט ברענט ער עד לב השמים..
כ’מעג אפשר הערן דיין מעניו פון מאכלים די לעצטע שבת?
קידוש-'קלערעט' וויין פון רש"י
צופרי-לאקשן קוגל-קושקע
שליסל חלה
קאפ פון א סעלמאן פיש
געפילטע פיש
פיש יויך
טאמאטע דיפ
עגפלענד דיפ
דזשעליפינאוי דיפ
שליוואויץ ברוינפן
טשיקן זופ מיט לאקשן-ארבעס
צופרי-ברוינע אייער מיט לעיבער
ביף פיסטראמי
פערפעל
פאטעיטע קוגל
צופרי-פצעי, טשולענט, פלאנקען,מארך ביינער וכו'
קאמפאט
חוץ די וויין, בראנפאן, טשולענט, פצעי, מארעך ביינער, און פלאנקען זענען אונז די זעלבע.
און געטרינקן האסטו וואס?
דזינדזשער עיל,ביר,וואסער
מ'טרינקט לחיים און מ'איז פריילאך און מ'גייט א קאראהוד
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר האלפיים
תגובות: 2800
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

בשר ודגים האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:46 am
אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:43 am
בשר ודגים האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:35 am
אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:27 am
בשר ודגים האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:25 am
ווייסעכנישט פונקטליך וואס ס'מיינט און וויזוי מ'פארמיידט אים, אבער ס'זיכער איז זיכער אז יעצט ברענט ער עד לב השמים..
כ’מעג אפשר הערן דיין מעניו פון מאכלים די לעצטע שבת?
קידוש-'קלערעט' וויין פון רש"י
צופרי-לאקשן קוגל-קושקע
שליסל חלה
קאפ פון א סעלמאן פיש
געפילטע פיש
פיש יויך
טאמאטע דיפ
עגפלענד דיפ
דזשעליפינאוי דיפ
שליוואויץ ברוינפן
טשיקן זופ מיט לאקשן-ארבעס
צופרי-ברוינע אייער מיט לעיבער
ביף פיסטראמי
פערפעל
פאטעיטע קוגל
צופרי-פצעי, טשולענט, פלאנקען,מארך ביינער וכו'
קאמפאט
חוץ די וויין, בראנפאן, טשולענט, פצעי, מארעך ביינער, און פלאנקען זענען אונז די זעלבע.
און געטרינקן האסטו וואס?
דזינדזשער עיל,ביר,וואסער
אסאך טשולענט קען מאכן בויך שמערצן. (זיכער אז מ’מוז אביסל עסן)
דזשינדזשער עיל איז לכאורה א שטארקע מקור... ביר האב איך נאך אין מיין לעבן געטרינקן, סאו כ’ווייס נישט.
אבער געז איז א גרויסע סיבה כנ”ל.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט טרעפן די פראבלעם, כדי צו קענען וויסן אויף די עתיד פון וואס זיך צו היטן.
צל עובר האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 1:22 pm
דער רבי האט נישט אנגעקוקט די אמעריקאנער רעגירונג אלס א פירמע וואס פלאנצט איין טשיפס דורך וואקסינען
ישיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:18 pm

Re: וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיש »

א Prilosec יעדן צופרי העלפט מיר ב"ה.
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 904
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

קאלטע וואסער מיט סעלטזער העלפט ביי מיר, ווען סאיז גאר שטארק, נוצט מען פרעוועסיד.

זיך איבערעסן איז לכאורה סיבה נומער איינס, רוב מענטשן וואס ליידן דערויף קענען נישט אנדייטן עכט אויף איין עסן, נאר איין טאג איז אלעס פיין מהאקט פיצא מיט טשולענט און אלעס איז פיין, און א צווייטע טאג קען מען גארנישט עסן אלעס מאכט ברענען, סטרעס שפילט זיכער א באדייטנדע ראלע אויב נישט די עיקר.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6547
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

שטארק אמת די אלע זאכן, פאקטיש האב איך ב"ה געווענליך נישט קיין מאגן ברענען ביינאכט ביים שלאפן, חוץ פרייטאג צו נאכטס ווען איך האב די צוויי גורמים, מען עסט שפעט (פאר'ן גיין שלאפן) און מען עסט אסאך.
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2579
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

זיי זאגן אז "Alka seltzer" טוט ווינדער, ס'איז אזעלכע טאבלעטן
זאלצמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:36 pm

#_דא_דארף_מען_טראכטן
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1904
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 7:19 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 6:01 pm
סעלצער איז פון גרעסטע פראבלעמען! ס'שטילט טאקע איין אויף די מינוט, אבער סעלצער איז פון די גרעסטע גורמים פאר מעגן ברענעריי...
יישר כח!
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס מיין מאגן ברענט אזוי פיל, איך טרינק יעדן טאג כמעט א גאנצע באטל סעלצער ...
(הייב מיר אן פון יעצט)
ס’איז נישט די סעלצער, ס’איז געוויס עפעס א מאכל וואס די עסט וואס איז די גורם.
די סעלצער מאכט נאר גרעסער די שוין אנגעצינדענע פייער.
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8662
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

גארנישט קומט נישט צו צי א גלעזל וואסער מיט בעקינג סאדע!

די גאנצע עסיד גייט א גאנג, ס'איז דא וואס זאגן אבער אז מ'זאל עס נישט טוהן צו אפט...
אוועטאר
holy yid
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 12, 2021 5:17 pm

Re: וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך holy yid »

חריף אראבישע סאלאט דשעלעפינא אין אלע ספייסי דיפס זענען די שטארקסטע גורמים. שטייציך ברוינפן מאכט עס פי כמה.
א איד איז הייליג, מען דארף היטן זיך נישט צי פארשמירן, און אפילו א פארשמיערטע איד, איז א הייליגע איד וואס דארף א וואש.

קרעדיט
@וועלטס מבין
אוועטאר
holy yid
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 12, 2021 5:17 pm

Re: וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך holy yid »

איינער וואס וויל וויסן וויזוי מאגן ברענעריי פילט זאל עסן קאקאש קעיק מיט אראנדזש דשוס אויף א ליידיגע מאגן.
א איד איז הייליג, מען דארף היטן זיך נישט צי פארשמירן, און אפילו א פארשמיערטע איד, איז א הייליגע איד וואס דארף א וואש.

קרעדיט
@וועלטס מבין
גאר קאנסערוואטיוו
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2024 3:09 pm

Re: וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר קאנסערוואטיוו »

אוי האב איך יעצט מאגן ברענעריי...
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”