רויע פערזענליכע אפדרוקן פונעם פארברענג אין מאנסי

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

רויע פערזענליכע אפדרוקן פונעם פארברענג אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

איך האב באקומען מעסעזשעס אין אישי פון @הקולמוס שלי איבער א צאמקונפט פון אייוועלט ניקס, איך האב געקלערט אז וואס קען שוין זיין שלעכט זיך צו טרעפן מיט עטליכע מענטשן וואס זיצן אויף אייוועלט צוזאמען מיט מיר, מיט @הקולמוס שלי האב איך שוין געהאט א שטיקל צאמשטויסעניש אין אישי, ער האט מיר געשיקט א מוסר דרשה אמאל אויף א נבירה וואס ער האט מיר געכאפט, סאו האב איך געקלערט אז אונז האבן שוין שייכות, סאו איינער וועט מיר מקרב זיין...

למעשה האב איך אנגעהויבן כאפן אז די פארברענג גייט מער ווייניגער באשטיין פון ניקס וואס זיצן אין די פארברענגען פארום אלס, און איך טרעט נישט אריין דארט, ס'קומט נישט ארויף ביי אקטיווע אשכולות זעה איך עס נישט, בין איך געגאנגען כאפן א בליק פון וואס מ'רעדט האב איך געזעהן אז מ'רעדט דא פון גאר חשובע אינגעלייט יראים ושלימים וואס זיי היטן זיך אפ יעדן ווארט וואס קומט ארויס פון זייער מויל, ממש זיי מעסטן און ציילן די ווערטער וואס זיי שרייבן, אז זיי זאלן חלילה נישט רעדן קיין שטותים קיינמאל, ווען זיי האבן דריי ווערטער צו זאגן גייען זיי צו די ספעציעלע דריי ווערטער אשכול און פיר ווערטער איז אויך דא ספעציעלע אשכול, מוראדיג אפגעהיטן וואס זיי רעדן....

ס'האט מיר געכאפט א ציטער, איך בין דאך נישט אין די מדריגה, אבער דאך אז מ'רופט גיי איך, איך האב זיך געשאפט א וועג דורך וויליאמסבורג, איך בין ארויסגעפארן מיט @זאג א גוטס, איך האב געקלערט אז ער גייט פארלאנגען פון מיר גוטסלעך א גאנצע וועג, למעשה האמיר שיין פארברענגט, ער פאלט אריין פון צייט צו צייט אין מיין צדיק'ס הויף האבן אונז געהאט אביסל קאמאן גראונד פון וואס צו רעדן.

זעמער אנגעקומען צו @רינדיכיגער'ס הויז, איך האב אריינגעוואקט אין איך האב זיך שיעור אויסגעשטרעקט פאר פחד, יעדער קוקט מיר אן, און איך קען נישט קיין נברא, געווענטליך ביי א מסיבה געב איך אזא קוק ארום צו כאפן איינעם וואס איך קען לעבן וועם זיך צו זעצן און דא קוק איך ווי האן די בני אדם, איינעם האב איך האלבוועגס געקענט, דאס איז די מנהל @לכאורה, אונז זענען געווען שכנים יארן לאנג, אבער די איינציגסטע קשר וואס אונז האבן געהאט איז געווען אז ער האט געעפענט די טיר ווען מיין מאמע האט מיר געשיקט בארגן א צוויבל...

איך בין שנעל אריינגעפאלן אין נענטסטע ליידיגע בענקל אבער וואס ווען ווי בין איך שוין געווען ארומגענומען מיט עטליכע אינגעלייט וואס האבן מיר שיין אויפגענומען, איך האב געכאפט א ווארט מיט @מומחה יוחס, איבער זיין חסידות און זייער קאמפעטישן.. איך האב שפעטער געזעהן זיין אוועטאר, האב איך געזעהן אז ער קוקט אויס ממש אזוי.. אופס גילוי..

היות איך דריי מיך נישט אין פארברענגען געווענטליך האב איך נישט געקענט אסאך פון די ניקס, איך האב זיך באגריסט מיט עטליכע חברה און געפרעגט נו וואס איז דיין ניק? און יענער האט אזוי געענטפערט, יאפ איך בין די און די ניק, מיט א בליצל אין די אויגן ווי צו זאגן, יא יא דער פון וועם יעדער האט געלאכט נעכטן... דאס בין איך... די באקאנטע.. און איך ענטפער אזוי אה... דו ביסט עס... און איך טריי מיך צו קראצן מיין שטערן זיך צו דערמאנען אויב איך האב שוין געזעהן אזא ניק אמאל....

איינער האט זיך מיר פארגעשטעלט ווי @ר' דן, און אלע ארומיגע האבן געשמייכלט ווייל עכט איז ער געווען א צווייטן, פאר מיר איז @ר' דן נישט געווען מער פאני ווי @בלעכענע פנים, חוץ אז @ר' דן האב איך געקענט פון זיין הערליכע אנאליז אויף טראמפ.

על כל פנים, האב איך געזעהן אז מ'רעד דא פון גאר געשמאקע אינגעלייט איך האב געקלערט אז אפשר זאל איך יא מער אריינפאלן אין פארברענגען, איך זאל קענען כאפן פארוואס יעדער שיסט אויס ווען מ'דערמאנט עפעס א פויער אדער @ר' דן, אבער איין פראבלעם איך צומאל שוין גענוג שעות אויף וועבזייטלעך אז איך זאל האבן צייט פארדעם.

איך האב פרובירט זיך צו באגריסן מיט יעדעם, @מתמיד איז נאך געווען מיין חבר אין חדר, @מסתמה איז געווען פון די איינציגסטע ניקס וואס איך האב געשפירט היימיש, ווייל ער האט א שטארקע מיינונג אין די פאליטישע אשכולות, @כולל איז געווען א שטארקע פארגעניגן צו טרעפן, איך האב שוין געהערט פון אים אבער נאך קיינמאל נישט געזעהן, ער האט גוט געקענט מיין פאמיליע, אפילו די אינסיידס...

איין שטארקע הנאה האב איך געהאט אז איך האב באקומען עטליכע שטארקע קאמפלימענטן איבער מיינע טאגבוכער, אודה ולא בוש, יעדע קאמפלימענט איז מיר זייער א שטארקע שטופ, און א בוסט אין מיין קאנפידענס... @בשבילי נברא האט מיר פארגינען מיט א זאפטיקייט א שטארקע קאמפלימענט איבער מיין טאגבוך פון בלומינגראוו, מיט אזא זיסן שמייכל, איך האב באקומען גריסן פון נאך עטליכע, און אנדערע קענען מיך פון די בילדער אין די חצרות הקודש אשכול, פון זיי האבן איך זיך געשעמט ווייל דארט קוק איך אויס ווי א ריכטיגע שוואנץ...

מיט @איינס האב איך זיך באגריסט און געגעבן א קאמפלימענט איבער זיינע זכרונות פון ירושלים וואס איך מוראדיג שטארק הנאה געהאט, @נו גוט נו שוין האט זיך געזארגט אז איך זאל האבן א וועג, בעל מדריגה האט מיר געזאגט אין אישי אז אונז האבן זיך געטראפן ביים פארברענג און איך ברעך מיך קאפ ווער ס'האט געקענט זיין, אפשר איז ער נישט דארט געווען ער רעדט מיר נאר איין, איך האף ער איז מיר מוחל פארן נישט געדענקען, איך האב מיך פארענטפערט אז נאר די וואס קוקן אויס דיפערענט האב איך אויפגעכאפט די נעמען די איבריגע האב איך פארגעסן... פון @פופציגער האב איך צוריקגעהערט א גרוס נאך די מעמד..

@את פתח לו האב איך עטליכע מאל איבערגעפרעגט וויאזוי ער הייסט און איך האב שוין אזוי אויך נאכאמאל פארגעסן... @וויכטיג מאכער איז אנגעקומען און איבערגענומען די ליעד פון די זאך, איך בין געזעצן גאנץ שטיל ער האט מיר פרובירט צו מאכן רעדן, ס'האט עפעס נישט געארבעט, נעקסט טיים וועל איך זיך פילן מער קאמפעטעבל צו רעדן, אפשר וועט מען עפענען א מענטאל העלט אשכול ווי מ'האט געשמועסט דארט, וועל איך זיך לערנען צו רעדן מער...

די שמועס האט זיך געדרייט מער ווייניגער איבער אייוועלט און חסימות, אפדעיטס און די בעק פאנעל, יעדער האט געהאט אנדערע מיינונגען, איך האב נישט קיין מיינונגען איבער דעם, איך האב מער אישוס מיט די פירערשאפט, די חברה וואס האבן מיר אפגעשפארט די איזרעילי אשכולות אבער דארט האט קיינער נישט געהאט קיין אינטערעסע אין די זאכן האב איך זיך עס נישט אנגערופן הויעך.

@שלמה מולכו איז אנגעקומען ביים סוף, איך האב שוין געהאט קשר מיט אים פארדעם איך האב שוין לאנג געוואלט זעהן וויאזוי ער קוקט אויס, ס'איז מיר געווען א גרויסע שאק, אונז האבן זיך ביידע נישט דערקענט אפילו אונז האבן שוין ביידע געהאט געזעהן בילדער איינער פונעם צווייטן.

אהיימגעפארן בין איך מיט @הענדימען, דער איז גאר א געשמאקער אינגערמאן אילו לא באתי אלא בשבילו דיינו, ער וואוינט אין מיין געגנט און ער האט גאר אסאך צו פארקויפן, אונז האבן גאר איינגענעם פארברענגט אין די קאר און ארומגערעדט בענייני חסידות, הויכע עניינים במשנתם של רבותינו הקדושים לבית סאטמאר און ליבאוויטש און הר' קוק, ווי ענייני ירושה, ציונות, און די טיפע סוגיית פון קהילות שנתפרדו, ער האט מיר געזאגט א טייער ווארט פון רבי יענקעלע מפשעווארסק איבער די מחלוקת פון בעלזא און מונקאטש וואס איך האב גאר שטארק הנאה געהאט.

און די בעק האבן אונז געהאט דעם @הימלישע איד, ער האט מיר געלאזט האבן די פראנט סיעט, למרות ער האט געהאלטן אז ער איז די גרעסטע יחסן וואס ס'שייך, מ'האט זיך איבער דעם אויך געקריגט ווען איך האב אים מסביר געווען אז מיין יחוס איז אויך נישט אוועקצומאכן, הענדימען האט מציע געווען ארויסצונעמען קאלקיולעטערס, צו קענען פונקטלעך אויסרעכענען די יחוס...

איך בין אנגעקומען אהיים און שנעל געגאנגען קוקן וואס @קאמעץ בארד און @ממה נפשך און @פינאנץ מיניסטער און נאך עטליכע ניקס וואס איך האב שוין פארגעסן, צו זעהן וואס זיי שרייבן...

וועם האב איך נישט אויסגערעכנט? איך געדענק שוין נישט...
לעצט פארראכטן דורך תרמב אום מוצ"ש מאי 28, 2022 11:55 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2678
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: רויע פערזענליכע אפדרוקן פונעם פארברענג אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

וואו!!!
העי פארוואס זאגסטו אלעס אויס.

יענער וועט נאך פרעגן וועלעכע נבירה די האסט אפגעטון.
און די מענטשהייט וועט טראכטן אס איך בין א מוסר זאגער!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2780
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: רויע פערזענליכע אפדרוקן פונעם פארברענג אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

:lol:

(היות דרייסטעך נישט אין פארברענגען וועליך דיר זאגן: די זאך דא אויבן וואס לאכט מיינט "שקויעך! כ'האב שטארק הנאה געהאט פון דיינע רימארקס...")
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: רויע פערזענליכע אפדרוקן פונעם פארברענג אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

שפאנענד!...

זעהר הנאה געהאט צו לעזן...
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5540
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: רויע פערזענליכע אפדרוקן פונעם פארברענג אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

הערליך!!

וואו איז דיין לשון קודש פארשווינדן געגאנגען? כדארף דיין לשון קודש מיט די כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9023
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע:אויפן לייטער

Re: רויע פערזענליכע אפדרוקן פונעם פארברענג אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

גוט אראפגעלייגט
#איך בין נישט דארט געווען
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4937
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע:בית המדרש

Re: רויע פערזענליכע אפדרוקן פונעם פארברענג אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

;l;p-;l;p-;l;p-

יויש האסטו עס גוט צולייגט... פלעין און פשוט גוט אראפגעשריבן די גאנצע מעמד און קיין שום גוזמאות.

אז מ'רעדט שוין, געשמאק געווען זיך צו טרעפן מיט אן אלטן חבר... ס'איז א פיצי וועלט נאך אלעם, און די אייוועלט איז נאך קלענער...
אויב וועסטו דיר אנהייבן זיך דרייען אין פארברענגן נאר וועגן דעם פארברענג דיינו.
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
מים חיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5026
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: רויע פערזענליכע אפדרוקן פונעם פארברענג אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

איך האב ערנסט חרטה פארן נישט קומען, הענדימען איינס וויכי און ממה נפשך זענען שוין לאנג אויף מיין ליסטע פון ניקס וואס איך וואלט געוואלט קענען
מיט מסתמא וואלט איך אויך געוואלט עפעס דורכשמועסן, ר' דן בשבילי את מיט די גאנצע חבריא
כאטש האב איך עפעס א שטיקל באריכט

קאמעץ ווען איך ווייס אז דו גייסט למעשה וואלט איך מיך מעגליך מיטגעכאפט מיט דיין טרעקל...
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5108
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: רויע פערזענליכע אפדרוקן פונעם פארברענג אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

@תרמב
שיין באשריבן
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 19285
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: רויע פערזענליכע אפדרוקן פונעם פארברענג אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

דממה דקה האט געשריבן: @תרמב
שיין באשריבן

;l;p-

כ'קען דיר נאכאמאל איבערזאגן

הינט: די קענסט מיין ברודער...
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד

מים חיים האט געשריבן: איך האב ערנסט חרטה פארן נישט קומען, הענדימען איינס וויכי און ממה נפשך זענען שוין לאנג אויף מיין ליסטע פון ניקס וואס איך וואלט געוואלט קענען
מיט מסתמא וואלט איך אויך געוואלט עפעס דורכשמועסן, ר' דן בשבילי את מיט די גאנצע חבריא
כאטש האב איך עפעס א שטיקל באריכט

קאמעץ ווען איך ווייס אז דו גייסט למעשה וואלט איך מיך מעגליך מיטגעכאפט מיט דיין טרעקל...
וואסטע געוואלט?
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: רויע פערזענליכע אפדרוקן פונעם פארברענג אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

את פתח לו האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן: @תרמב
שיין באשריבן

;l;p-

כ'קען דיר נאכאמאל איבערזאגן

הינט: די קענסט מיין ברודער...

אופס... גערעכט! יעצט וועל איך שוין נישט פארגעסן, איך האב שוין א סימן....
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9911
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: רויע פערזענליכע אפדרוקן פונעם פארברענג אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

געהערט א גריס פון מיר???
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: רויע פערזענליכע אפדרוקן פונעם פארברענג אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

זייער שיין באשריבן, אפשר נעקסטעס מאל וועט מען כאפן א פליגער קיין מאנסי..
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4996
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: רויע פערזענליכע אפדרוקן פונעם פארברענג אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

זייער שיין תרמ״ב אבער קולמוס איז נישט קיין מוסר זאגער, דאס נישט...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: רויע פערזענליכע אפדרוקן פונעם פארברענג אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

תרמ"ב, כ'געדענק נישט אין די צען יאר וואס מיר זענען געווען שכנים אז דו זאלסט אראפקומען בארגן א צוויבל...

אבער שרייבן שרייבסטו ווי א פראו! געוואלדיג אנגענעם געווען זיך צו טרעפן ביים פארברענג.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: רויע פערזענליכע אפדרוקן פונעם פארברענג אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

לכאורה האט געשריבן: תרמ"ב, כ'געדענק נישט אין די צען יאר וואס מיר זענען געווען שכנים אז דו זאלסט אראפקומען בארגן א צוויבל...

אבער שרייבן שרייבסטו ווי א פראו! געוואלדיג אנגענעם געווען זיך צו טרעפן ביים פארברענג.

פונקט האט די רעבעצן געעפענט
די קנאבל דענקט איר יא?

יישר כח תרמב
צוקאש!!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4298
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: רויע פערזענליכע אפדרוקן פונעם פארברענג אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

תרמב, זיס אוואו נאר תרמב קען!

זעה איך אז כהאב פארפאסט הימלישע איד. און יא הענדימען איז צו דער זאך.

וועלכע חלק און מיין אויסזעהן האט דיך שאקירט?
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4969
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: רויע פערזענליכע אפדרוקן פונעם פארברענג אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

פלעין הנאה געהאט צוליינען טענקס
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7334
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע:אויפן ערד אינטערן הימל

Re: רויע פערזענליכע אפדרוקן פונעם פארברענג אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

שלמה מולכו האט געשריבן: תרמב, זיס אוואו נאר תרמב קען!

זעה איך אז כהאב פארפאסט הימלישע איד. און יא הענדימען איז צו דער זאך.

וועלכע חלק און מיין אויסזעהן האט דיך שאקירט?

האסט מיר נישט פארפאסט, נאר נישט געוויסט איך בין עס.
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: רויע פערזענליכע אפדרוקן פונעם פארברענג אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

מיין אישי איז אפען פאר די ווארט פין ר' יענקעלע בנוגע בעלזא מונקאטש...
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2977
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: רויע פערזענליכע אפדרוקן פונעם פארברענג אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

יעדער האט געשריבן: מיין אישי איז אפען פאר די ווארט פין ר' יענקעלע בנוגע בעלזא מונקאטש...

גא''מ...
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: רויע פערזענליכע אפדרוקן פונעם פארברענג אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

ממה נפשך האט געשריבן: זייער שיין תרמ״ב אבער קולמוס איז נישט קיין מוסר זאגער, דאס נישט...

די אישי האב איך נאך, קען זיין פאר זייער גראבע עבירות זאגטט ער יא מוסר....
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: רויע פערזענליכע אפדרוקן פונעם פארברענג אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

הענדימען האט פארציילט אז ר' יענקעלע האט געזאגט "יאך בין דאך נענטער צו בעלזא, אבער בנוגע די מחלוקת האלט איך אז מונקאטשע רב איז גערעכט געווען..." דאס האב איך הנאה געהאט צו הערן
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: רויע פערזענליכע אפדרוקן פונעם פארברענג אין מאנסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

תרמב האט געשריבן: הענדימען האט פארציילט אז ר' יענקעלע האט געזאגט "יאך בין דאך נענטער צו בעלזא, אבער בנוגע די מחלוקת האלט איך אז מונקאטשע רב איז גערעכט געווען..." דאס האב איך הנאה געהאט צו הערן

זייער שטארק זי“ע
אבער ווי באקאנט האט רביה“ק מסאטמאר זי“ע יא געהאלטען אז בעלזא איז גערעכט
הודעה זו כבר דווחה
אלערט לויפט שנעל אהער...
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”