זשאו״ק שנראה ונדחה אינו חוזר ונראה

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שמואל מנשה
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 11:07 pm

זשאו״ק שנראה ונדחה אינו חוזר ונראה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל מנשה »

בעפאר די אחראים רוקן אריבער דעם ארטיקל צום תורה אפטיילונג הערט מיר קודם אויס א מינוט און נאכדעם מאכט דעם באשלוס.

איז מיר אויסגעקומען צו דאווענען און א שוהל ווי איך דריי מיר נישט געווענדליך, לכבוד א משפחה שמחה. איז מיר נתחדש געווארן א נייער געדאנק אינעם אויבנדערמאנטע סוגיא.

צוגעשיקט צום עמוד האט דער בעל שמחה א פעטער פונעם חתן׳ס ברידער. וואס האלט אביסעלע שטארק פון זיינע אנגעבליכע טאלאנטן, אבער ׳טא מעיק עי לאנג סטארי שארט׳ ס׳איז נישט געווען עפעס מורא׳דיג.

נישט אז ס׳איז געווען אזוי געפערליך. אבער דאס איז אמאל זיכער אז זיינע אור אייניקלעך גייען נישט קענען פארלאנגען א ברעטל יום כיפור ביינאכט ביי שיר היחוד, עכ״פ ביי די לאנגע יום, אפשר ליום השבת יא, בעיסד אז די עלטער זיידע איז געווען א חזן.

שטייט דארט פון דערווייטענס א איד ווייס איך נישט ווי אזוי ער הייסט, אבער עס קוקט אויס אז ער האט אן ענגלישע נאמען מיט וואס די ארבייטער רופן אים וואס איז היבש אנדערש ווי מיט וואס מען רופט אים אויף עולה צו זיין.

דעם איד איז איינגעפאלן א ווערטל וואס איך האב נישט געקענט הערן ווייל ס׳איז געווען צו ווייט אבער מיינע ליפן ליינען קענטעניסן איז נישט געפערליך, און כ׳האב געקענט אויפכאפן מער ווייניגער.

וזה לשונו:

״דער חזן איז אן אמאליגער בעל תפילה, ווייל אמאל האט ער געקענט דאווענען״

שטעלט אייך אפ א מינוט געט א שמייכל און דאן קומט ווייטער מיט מיר צו מיין פוינט.

צו זאגן אז עס איז א שלעכט ווערטל, נישט ממש. אבער, גאר גוט? דאס וואלט איך מיר שוין נישט געטרויט צו זאגן. ווען איך ברויך ווען רעיטן די ווערטל וואלט איך עס ווען געלייגט נעבן דעם אנטווערפענער עלטער פעטער וואס איז געקומען צופארן לכבוד די חתונה. פון איין זייט פרייט מען זיך אז מען זעט אים נאכן נישט קומען קיין אמעריקע פאר זעקס יאר, פון די אנדערע זייט פרייט מען זיך ווען מען הערט אז ער כאפט דעם ערשטן פליגער גלייך נאך די חתונה צוריק קיין אנטווערפן.

האב איך געמיינט אז די מעשה ענדיגט זיך דא, דאס איז געווען א גרויסער טעות פון מיין זייט, דער איד לאמיר אים אנרופן שמואל, אידיש פאר סעם, האט געהאט גאר אן אנדערן מיינונג אויף דעם וויץ.

דער האט געהאלטן אז ווען די גינעס וואוירלד ריקארד טיילט ווען אויסצייכענונגן פאר ווערטלעך און שוהל שטייט ער ווען ממש אויבן אן, נעבן דעם אינגערמאן וואס האט געכאפט א באווארפן פעקל און טראץ די פארטרערטע אויגן פון זיין אינגל וואס חלש׳ט פארן פעקל, ווארפט ער עס אויפן חתן׳ס שטריימל אויסשיסענדיג דערביי אין א געלעכטער ווען דער חתן האט נישט דאס מינדעסטע השגה ווער ס׳האט עס געווארפן.

עכ"פ אונזער שמואל איז איצט אריין אינעם ׳זכין לאדם בפניו בין באונס ובין ברצון׳ מאו״ד, און ער קוקט זיך ארום וויאזוי ער גייט ארויסנעמען די מאקסימום פראפיט פונעם ווערטל זיינעם.

ס׳איז ביי מיר ברור אז ווען ער קען ווען, הייסט ער דעם גאנצן עולם זיך שטעלן אין אן איין שורה׳דיגע רייע און אים אדורכגיין מיט אזא קורצע ׳וואן אן וואן׳ סעסיע, ער וואלט ווען אפילו מנדב געווען קיכעלעך מיט קאווע פאר די ווארטענדע וואס זענען שוין הונגעריג, אחוץ אויב ער קען עס נישט יעצט עפארדן ווייל ׳סינס קאוויד 19 ריעל עסטעיט העס בין עי ליטל ביט סלאו׳.

באטראכטענדיג ווי אזוי זיינע אויגן פארן ארום, האב איך קלאר געקענט זען ווי אזוי ער פלאנירט אויס זיין רוט ארום דעם שוהל, צו קענען גיין צו א יעדע טיש עקסטער, אן דעם וואס דער שכינות'דיגער טיש זאל קענען מיטהאלטן וואס ער זאגט. ווייל ער האט זיך שוין אסאך אנגעהערט פון די מארקעטינג ליפלעטן איבער די 'עלעמענט אויף סורפרייס' וואס די טשענסעס אז ס'וועט געלונגען איז אסאך אסאך גרעסער.

אני הקטן וואס האט מיטגעהאלטן נאך פון אנהייב ווי גלייך נאכן אראפלייגן דעם ווערטל פאר זיין טיש און די גוטע אידן האבן א שמייכל געטון, אבער ווי נאר ער האט זיך אוועקגעדרייט איז קענטיג געווען די גרומאסן פון די באטייליגטע, ספעציעל די בארא פארקער שוואגער וועמען׳ס פנים האט ווי געזאגט ׳דעטס נאט וויי איי קעים הער פאר׳ האב איך שוין געוויסט אז דא קומט א שטיקל קאטעסטראפע.

שמואל שטעלט זיך אויף צו שטייטלעך אזוי אז די קאנפעקשאן צוקער פון די קיכעלע, וואס ער האט נארוואס קידוש געמאכט אויף, זאל זיך נישט צושפרייטן אויף זיין בעקיטשע, און שפאצירט צום טישל דערנעבן ווי איינער אנדערש איז יעצט דער ראש המדברים, ער ווארט דארטן מיט אזא געמאכטער רואיגקייט אויף זיין געלעגנהייט, און דאן ווען עס איז אנגעקומען הייבט ער אן חזרה אויפן אזויגערופענעם וויץ זיינעם.

וואלט ווען געווען איין איד מיט א ווארעם הארץ ביי יענעם טישל, וואלט ער אים ווען געזאגט דעם אמת אין פנים אריין, שמואל מיין פריינט, נישט דאס איז עס, קום אויף מיט עפעס בעסערס און דערנאך וועסטו קענען קומען אפנעמען דעם כבוד הראוי. אבער ניין. אידן רחמנים בני רחמנים געגעבן דעם פאלטשן שמייכל און געווארט אויפן סעקונדע וואס ער דרייט זיך אוועק און איבערגעמאכט דעם שמייכל צום אויבנדערמאנטן גרומאס.

מיט א זייטיגער בליק באמערקט שמואל ווי צוויי אידן פונעם נעקסטן טיש האבן האלבוועגס אויפגעכאפט וואס דא גייט פאר. מיט א גאר שנעלער קאלקולאציע און מיט א שווער הארץ באשלוסט ער אז ס'לוינט אים אויסצולאזן דעם טישל און פראבירן דאס מזל ביי אנדערע שומעים.

און אזוי דרייט ער זיך ארום א גאנצן ליינען ביז ערגעץ אינצווישן האט ער אנגעהייבן באמערקן וואס איך ווייס שוין פון אנפאנג, האסט געמיינט אז ס'איז גוט, מ'האט עס געגעבן א שאנס און מדחה געווען, וזשאו"ק שנראה ונדחה אינו חוזר ונראה
אוועטאר
מגדים
שר חמש מאות
תגובות: 809
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:58 pm

Re: זשאו״ק שנראה ונדחה אינו חוזר ונראה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגדים »

דו ביסט צוקער זיס פול מיט הומאר, פיין געלאכט.

איי דער פעטער פון אנטווערפן..
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: זשאו״ק שנראה ונדחה אינו חוזר ונראה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

🤣🤣🤣
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
דל ואביון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 1:10 am
לאקאציע:אינטער די שטיגן

Re: זשאו״ק שנראה ונדחה אינו חוזר ונראה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל ואביון »

האהאהא😂😂😂
די פראבלעם פון די היינטיגע וועלט איז אז ס'איז דא צו ווייניג משוגעים, און די משוגעים זענען צו ווייניג משוגע

(-הרב א"מ פרענקל מב"ח)

[email protected]
אוועטאר
העלאוקיטי
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 01, 2023 10:16 pm

Re: זשאו״ק שנראה ונדחה אינו חוזר ונראה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאוקיטי »

שקויעך, זייער גיט געשריבען. אריין און תורה אופטיילונג
Shachmel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 16, 2022 10:12 pm

Re: זשאו״ק שנראה ונדחה אינו חוזר ונראה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Shachmel »

רבי איר זענט פריש און מינטער!
דיינע חברים לאכן שוין לכאורה ווי נאר זיי זעהן דיר,
א איד צו זיין איז טייער א איד צו זיין איז גוט
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2077
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע:ניי מאשין

Re: זשאו״ק שנראה ונדחה אינו חוזר ונראה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

צוקאש
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2116
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: זשאו״ק שנראה ונדחה אינו חוזר ונראה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

וואס איז אבער די פעטער פון אנטווערפען שולדיג דא?
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: זשאו״ק שנראה ונדחה אינו חוזר ונראה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

יש משהו האט געשריבן: מיטוואך יוני 21, 2023 2:45 pm
וואס איז אבער די פעטער פון אנטווערפען שולדיג דא?

אויב וואלסטו געלערנט אין ווילרייק וואלסטו געוואוסט... זעט אויס אז דו קענסט אים נישט...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17351
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: זשאו״ק שנראה ונדחה אינו חוזר ונראה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

די פראבלעם איז אבער אז מ'האנדלט פון א בהמה.. און מ'פסק'נט אז בעלי חיים ווערן נישט נדחה..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
גאליציאנע פרעזידענט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 08, 2023 4:18 pm

Re: זשאו״ק שנראה ונדחה אינו חוזר ונראה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליציאנע פרעזידענט »

איך קען דעם פעטער....... גראדע נישט פון אנטווערפען
ווילסט האבן א גוט לעבן בגשמיות ?
לעב מיט אמונה
אוועטאר
שמואל מנשה
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 11:07 pm

Re: זשאו״ק שנראה ונדחה אינו חוזר ונראה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל מנשה »

יש משהו האט געשריבן: מיטוואך יוני 21, 2023 2:45 pm
וואס איז אבער די פעטער פון אנטווערפען שולדיג דא?
אנטווערפן איז געווען אויפן געדאנק, לעצטנס געווען פאר א שבת און ס'איז געווען א לעצטע מינוטיגער אישו מיט די אכסניא, א איד האט זיך אויפגעהויבן פרייטיג נאכמיטאג פון זיין דירה און איבערגעגעבן פאר א צווייטן איד און קוים געוואלט נעמען באצאלט דערפאר.

ווייס איך נישט ווי נאך דאס וואלט פאסירט
לעצט פארראכטן דורך שמואל מנשה אום מיטוואך יוני 21, 2023 6:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
עלינו לשבח
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 01, 2023 6:32 pm
לאקאציע:אין סידור

Re: זשאו״ק שנראה ונדחה אינו חוזר ונראה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו לשבח »


גוט איז גוט!
געטון די סגולה פון ר' מתיא בן חרש און געזען "גאר גרויסע ישועה" צוגעזאגט מפרסם צו זיין!
--
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: זשאו״ק שנראה ונדחה אינו חוזר ונראה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

גאר גוט.
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: זשאו״ק שנראה ונדחה אינו חוזר ונראה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

געלאכט, געלאכט און נאכאמאל געלאכט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”