קלארשטעלונג איבער די פאסירונג און עצה טובה

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אידישע וועלט
Site Admin
תגובות: 436
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 07, 2007 3:43 pm

קלארשטעלונג איבער די פאסירונג און עצה טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע וועלט »

א גוט מועד חשוב'ע חבירים.

ווי אסאך האבן מיטגעהאלטן איז די פארלאפענע שבת פארגעקומען א מכשול ווען אן אומפאסיגע אשכול איז געעפענט געווארן ווען דא איז שוין געווען שבת, און ווי פארשטענדליך איז יעדער געווען שאקירט אז אזא מכשול האט געקענט פארקומען דורך איינעם בתוכנו. 

צום ערשט דארפן מיר זיך אנטשולדיגן אז אזאנס האט געקענט פאסירן, און כאטש מיר פרובירן דאס בעסטע פון אונזער זייט איז אפי׳ איין אזא פאל צו סאך, וה' הטוב יכפר.

מיר ארבעטן נאך קלארצושטעלן די פרטים, אבער לויט די אינפארמאציע וואס מיר זענען דורכגעגאנגען איז דאס לויט אלע ווארשיינדליכקייטן געטון געווארן דורך פרעמדע וואס האבן געלייגט אן האנט אויפן ניק נאך וואס יענעמס פעסווארד איז געהעקט געווארן, און נישט דורך א מחלל שבת ח"ו. (די תגובה איז עווענטועל געמעקט געווארן דורך א צווייטער וואס האט באוויזן צו איבערנעמען קאנטראל ווען ביי יענעם איז שוין געווען נאך שבת)

די הנהלה פון אונזער זייט וועט בעז״ה ארבעטן אויף א מהלך צו פארמיידן אזאלכע און ענדליכע מכשולות פון קענען פאסירן חלילה, און פארבעסערן די איבערזיכט ווען אין ניו יארק איז שבת אדער יו״ט. אבער אין די זעלבע צייט טוען מיר נאכאמאל דערמאנען אז כאטש די סיסטעם לאזט אדורך גרינגע פעסווארדס, זאל מען אבער זען צו האבן א קאמפלעצירטע פעסווארד וואס איז שווער צו ברעכן (אפפער-קעיס און לאוער-קעיס אותיות, סימבאלן, און ווי לענגער) און זען עס צו טוישן יעדע שטיק צייט.

ויה״ר אז ס׳זאל מער נישט ארויסקומען קיין מכשולות און מען זאל קענען ווייטער האלטן אונזער / אייער וועלטל אויפן העכסטן ניווא בס״ד.
אוועטאר
כרוספדין
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:56 pm
לאקאציע:רבותינו שהיו מסובין בבני ברק

Re: קלארשטעלונג איבער די פאסירונג און עצה טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרוספדין »

אפשר איז כדאי אז ווען איינער סיינט אריין (אדער טרייט אריינצו סיינען) זאל מען באקומען א נאטפיקעשיטן ביי אמעיל
- שיח שרפי קודש -
סיפורי צדיקים ממקורות נאמנים דערציילט דורך
הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר בני ברק
viewtopic.php?p=5053598#p5053598
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6434
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: קלארשטעלונג איבער די פאסירונג און עצה טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

אז מען איז שוין יא קאננעקטעד צו קלאודפלעיר פארוואס נישט מאכן MFA - מולטי פעקטאר עטענטיקעישאן.

מען האט דאך שוין געהאט איינמאל אז אן אחראי ניק איז געהעקט געווארן. יעצט א ניק מיט אזא מעשה. כ'מיין דאס איז א טיים טיקינג באמב!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32651
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: קלארשטעלונג איבער די פאסירונג און עצה טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כרוספדין האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:18 pm
אפשר איז כדאי אז ווען איינער סיינט אריין (אדער טרייט אריינצו סיינען) זאל מען באקומען א נאטפיקעשיטן ביי אמעיל
סאו דו באקומסט אן אימעיל פרייטאג נאכן זמן אז איינער האט אריינגעסיינט מיט דיין ניק... און?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
כרוספדין
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:56 pm
לאקאציע:רבותינו שהיו מסובין בבני ברק

Re: קלארשטעלונג איבער די פאסירונג און עצה טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרוספדין »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:20 pm
כרוספדין האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:18 pm
אפשר איז כדאי אז ווען איינער סיינט אריין (אדער טרייט אריינצו סיינען) זאל מען באקומען א נאטפיקעשיטן ביי אמעיל
סאו דו באקומסט אן אימעיל פרייטאג נאכן זמן אז איינער האט אריינגעסיינט מיט דיין ניק... און?
ער האט נישט דעמאלטס געהעקט זיין ניק לכאורה. און בעצם וועט א א ניק וויסן אויב איינער טרייט איהם צו העקן אינמיטן די וואך
- שיח שרפי קודש -
סיפורי צדיקים ממקורות נאמנים דערציילט דורך
הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר בני ברק
viewtopic.php?p=5053598#p5053598
אוועטאר
חיים יצחק
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: קלארשטעלונג איבער די פאסירונג און עצה טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

אפשר זאל אייוועלט ווערן פארמאכט אלס תשובת המשקל 15 מינוט פארן זמן שבת ויוט דורך א אחראי און ווערן צוריק געעפענט דורך א ארץ ישראלדיגע אחראי נאך זייער זמן.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18361
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

תגובה דורך את פתח לו »

הוה דן את כל אדם לכף זכות!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

@חברונער האט געשריבן:
באדייט פון דאס ווארט 'ציווילע' ביי די אראבער: ''אומציוויליזירטע מענטשן, מיט ציווילע קליידונג, און ריזיגע גאנס''
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: קלארשטעלונג איבער די פאסירונג און עצה טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

פארוואס טאקע לאזט די סיסטעם אדורך גרינגע פעסווארדס?
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר האלפיים
תגובות: 2417
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: קלארשטעלונג איבער די פאסירונג און עצה טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

את פתח לו האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:24 pm
הוה דן את כל אדם לכף זכות!
אבער מען ווייסט דאך נישט ווער דער אדם איז...
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18361
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: קלארשטעלונג איבער די פאסירונג און עצה טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

חיים יצחק האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:23 pm
אפשר זאל אייוועלט ווערן פארמאכט אלס תשובת המשקל 15 מינוט פארן זמן שבת ויוט דורך א אחראי און ווערן צוריק געעפענט דורך א ארץ ישראלדיגע אחראי נאך זייער זמן.
גא"מ
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

@חברונער האט געשריבן:
באדייט פון דאס ווארט 'ציווילע' ביי די אראבער: ''אומציוויליזירטע מענטשן, מיט ציווילע קליידונג, און ריזיגע גאנס''
שכולו טוב
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

Re: קלארשטעלונג איבער די פאסירונג און עצה טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

חיים יצחק האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:23 pm
אפשר זאל אייוועלט ווערן פארמאכט אלס תשובת המשקל 15 מינוט פארן זמן שבת ויוט דורך א אחראי און ווערן צוריק געעפענט דורך א ארץ ישראלדיגע אחראי נאך זייער זמן.
מען קען נישט פראווענטן אלעס...
נייע שטאט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:39 pm
די פראבלעם איז מיר זענען בייעסד ליידער און מיר פארנעמען נישט מיט קיין מהלך ברייטער ווי אונזער שמאלע קאפ, יעדער איינער לפי דרכו לכאן ולכאן.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18361
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: קלארשטעלונג איבער די פאסירונג און עצה טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:24 pm
את פתח לו האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:24 pm
הוה דן את כל אדם לכף זכות!
אבער מען ווייסט דאך נישט ווער דער אדם איז...
אדם אין דעם פאל איז טייטש א ניק.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

@חברונער האט געשריבן:
באדייט פון דאס ווארט 'ציווילע' ביי די אראבער: ''אומציוויליזירטע מענטשן, מיט ציווילע קליידונג, און ריזיגע גאנס''
אוועטאר
חיים יצחק
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: קלארשטעלונג איבער די פאסירונג און עצה טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

שכולו טוב האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:24 pm
חיים יצחק האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:23 pm
אפשר זאל אייוועלט ווערן פארמאכט אלס תשובת המשקל 15 מינוט פארן זמן שבת ויוט דורך א אחראי און ווערן צוריק געעפענט דורך א ארץ ישראלדיגע אחראי נאך זייער זמן.
מען קען נישט פראווענטן אלעס...
ריכטיג, אבער אלס א אידישע א סייט מעג עס ווערן פארמאכט און שבת און מען שפארט זיך איין..
שארן בארן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4417
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

Re: קלארשטעלונג איבער די פאסירונג און עצה טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

את פתח לו האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:24 pm
חיים יצחק האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:23 pm
אפשר זאל אייוועלט ווערן פארמאכט אלס תשובת המשקל 15 מינוט פארן זמן שבת ויוט דורך א אחראי און ווערן צוריק געעפענט דורך א ארץ ישראלדיגע אחראי נאך זייער זמן.
גא"מ
ג''א
אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re: קלארשטעלונג איבער די פאסירונג און עצה טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

שכולו טוב האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:24 pm
חיים יצחק האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:23 pm
אפשר זאל אייוועלט ווערן פארמאכט אלס תשובת המשקל 15 מינוט פארן זמן שבת ויוט דורך א אחראי און ווערן צוריק געעפענט דורך א ארץ ישראלדיגע אחראי נאך זייער זמן.
מען קען נישט פראווענטן אלעס...
גוט געזאגט, כ’זעה נישט בכלל מאי כל הרעש ס’האט שוין פאסירט דא אין די פארגאנגענהייט און מ’האקט פשוט צו יענע אקאונט און שוין
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
אוועטאר
עפעס ווייסעך
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 2:49 am

Re: קלארשטעלונג איבער די פאסירונג און עצה טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס ווייסעך »

זייער א גוטע עצה... אבער ווילאנג שטרענגערע פעסווארדס וועלן נישט ווערן אינפארסירט, וועט עס קיינער נישט טוישן. מענטשן טוישן עס אפילו נישט ביי זייערע סעווינגס אקאונטס ווי לאנג מען צווינגט זיי נישט...
אוועטאר
חיים יצחק
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: קלארשטעלונג איבער די פאסירונג און עצה טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

אנגעשאשקעטער האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:30 pm
שכולו טוב האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:24 pm
חיים יצחק האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:23 pm
אפשר זאל אייוועלט ווערן פארמאכט אלס תשובת המשקל 15 מינוט פארן זמן שבת ויוט דורך א אחראי און ווערן צוריק געעפענט דורך א ארץ ישראלדיגע אחראי נאך זייער זמן.
מען קען נישט פראווענטן אלעס...
גוט געזאגט, כ’זעה נישט בכלל מאי כל הרעש ס’האט שוין פאסירט דא אין די פארגאנגענהייט און מ’האקט פשוט צו יענע אקאונט און שוין
כווייס נישט וואס עס האט פאסירט אמאל, אבער וואס עס האט פאסירט יעצט ווייס איך און אינו דומה שמיעה לראי׳ …

היינט איז אייוועלט א גאר שטארקע נאכגעפאלגטע סייט מיט גאר אסאך וואס האבן ציטריט ובתוכם אסאך נישט פון די עלטסטע אדער קלוגסטע וכו.. ברויך זיין אביסל קאנטראל.. און מיט די קלייניקייט גיבט עס מיינעך אסאך מער קאנטראל
ביזטזעכער?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 10:17 am

Re: קלארשטעלונג איבער די פאסירונג און עצה טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזטזעכער? »

חיים יצחק האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:23 pm
אפשר זאל אייוועלט ווערן פארמאכט אלס תשובת המשקל 15 מינוט פארן זמן שבת ויוט דורך א אחראי און ווערן צוריק געעפענט דורך א ארץ ישראלדיגע אחראי נאך זייער זמן.
גא"ם
ברכנו אבינו
בענטש אינז היילוגער טאטע

שטיקל ארטיקל
👇 👇 👇
viewtopic.php?p=4818516#p4818516
מעכל'ע
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 7:27 pm

Re: קלארשטעלונג איבער די פאסירונג און עצה טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל'ע »

מקען אזוי גרינג איבערנעמען ניקס?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35596
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קלארשטעלונג איבער די פאסירונג און עצה טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מעכל'ע האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:48 pm
מקען אזוי גרינג איבערנעמען ניקס טרעפן פעסווארדס?
אויף די טונקעלע געוועב.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32651
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: קלארשטעלונג איבער די פאסירונג און עצה טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כרוספדין האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:22 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:20 pm
כרוספדין האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:18 pm
אפשר איז כדאי אז ווען איינער סיינט אריין (אדער טרייט אריינצו סיינען) זאל מען באקומען א נאטפיקעשיטן ביי אמעיל
סאו דו באקומסט אן אימעיל פרייטאג נאכן זמן אז איינער האט אריינגעסיינט מיט דיין ניק... און?
ער האט נישט דעמאלטס געהעקט זיין ניק לכאורה. און בעצם וועט א א ניק וויסן אויב איינער טרייט איהם צו העקן אינמיטן די וואך

ווען זיין ניק איז געהעקט געווארן איז אוממעגליך צו וויסן, און ס'מוז נישט זיין אז דער שרייבער איז געווען דער העקער, דער העקער האט געלייגט די ניק מיט די פעססווארד אויפן "דארק וועב", און פון דארט האטעס עניבאדי געקענט טרעפן און פלעין אריינסיינען...

באדדעם ליין, אונז ארבייטמער אויף אונזער זייט, און יעדער פאר זיך זאל ארבייטן אויף זיין זייט... Vichi1234 איז צו א פשוטע פעססווארד... ס'נעמט בכלל נישט לאנג פאר א העקער דאס צו פיגערן... אויב מוזטו האבן א סימפל פעססווארד, מאך למשל V!chi@1234... ראטזאם איז אבער צו האבן אזא סארט פעסס... $gish!48263fD$*!@6gsjshGhyGhEY&&##473($

אקעי נישט ממש אזוי... אבער יו געט די פוינט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר האלפיים
תגובות: 2417
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: קלארשטעלונג איבער די פאסירונג און עצה טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

אויך איז וויכטיג צו אויסעווייניג קענען די אייגענע פעסווארד’ס...
ווייל איך קען א אינגערמאן וואס ער האט א אפיס מיט דריי קאמפיוטערס פאר זיך און ארבעטערס וואס נאר ער קען די פעסווארדס און חוץ פון דעם האט ער א טעבלעט און א לעפטאפ... און ער פירט א ריזיגע האטליין מיט צענדליגע קאודס וכו’ און ער האט א ניק אויף אייוועלט און א פעסווארד צו זיינע אימעילס און די נאמבער פון זיין הויז... בקיצור, יעדע מאל ער דארף אריינגיין אין אפיס פרובירט ער אויס אלע צענדליגע מהלכים...
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5051
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: קלארשטעלונג איבער די פאסירונג און עצה טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

וואלה… אייוועלט איז ארויף א שטאפל… אפילו די חברה מיט די טונקעלע אונטערוועש זענען אינטערעסירט צו פארשפרייטן זייער שמוץ דא…

אקעי, גיימיר אביסל קאנספעראטירן… יאפפעד האצעך געוואנדן צו די כינעזע פאר הילף, זיי האבן אריינגעמישט די חוטיס מיט די מיטארבעט פון אסאמא בין לאדין׳ס גייסט, וואס האבן געבעטן די חיות ליבשאפט ארגאנעזאציעס ארויסצוהעלפן צוגרינד לייגן די היימישע אידנטום…

ייש״כ די הנהלה פארן אויסקלארן דעם אומדערהערטע געשעעניש, און פארן פראבירן צו נעמען שריט אז אזאנס זאל מער נישט פארקומען.
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
מאטי׳ס חבר
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:32 pm

Re: קלארשטעלונג איבער די פאסירונג און עצה טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטי׳ס חבר »

יעקב פריינד האט געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2024 12:20 pm
אז מען איז שוין יא קאננעקטעד צו קלאודפלעיר פארוואס נישט מאכן MFA - מולטי פעקטאר עטענטיקעישאן.

מען האט דאך שוין געהאט איינמאל אז אן אחראי ניק איז געהעקט געווארן. יעצט א ניק מיט אזא מעשה. כ'מיין דאס איז א טיים טיקינג באמב!
נאר דאס נישט, נישט גענוג מ׳דארף אריינסיינען יעדע דריי מינוט זאל נאך זיין MFA
מאטי׳ס חבר
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:32 pm

Re: קלארשטעלונג איבער די פאסירונג און עצה טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטי׳ס חבר »

אזוי אויך אויב זעהט איר עפעס האט פאסירט עפענט נישט קיין אשכול דערוועגן, נאר ענדערש זיי מודיע פאר די מנהלים ואחראים.

-אחראי
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”