קוואליפקעשינס צו זיין א מארקעטער

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

בוסט גוט
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 26, 2021 3:51 pm

קוואליפקעשינס צו זיין א מארקעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוסט גוט »

שארט טו די פוינט...
וועלכע קוואלעפעקשינס דארף מען האבן צו א מארקעטער?
דארף מין קענען גרעפיקס? דארף מען קענען שרייבן?, אדער נאר פארשטיין וואו אזוי צו כאפן די עולם?
כתר מלוכה
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 2:51 pm

Re: קוואליפקעשינס צו זיין א מארקעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר מלוכה »

קענען מענטשן.

וויסן ווי איין און ווי אויס.

רעדן צום פאוינט, קענען דיין אייטעם, און עס מאכן בליטשקעדיג.
בוסט גוט
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 26, 2021 3:51 pm

Re: קוואליפקעשינס צו זיין א מארקעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוסט גוט »

כתר מלוכה האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 12:07 pm
קענען מענטשן.

וויסן ווי איין און ווי אויס.

רעדן צום פאוינט, קענען דיין אייטעם, און עס מאכן בליטשקעדיג.
וועלכע ארבעט עקספירענס איז גוט אז מען האט פארדעם געטון?
אוועטאר
א שטיק געפיל
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 2:31 pm

Re: קוואליפקעשינס צו זיין א מארקעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטיק געפיל »

אויף בויען א גיטע טיעם פין קריעטיו חברה לייט
מ'דארף נישט אנזעצן און נישט האבן קיין געלט פאר רענט כדי צו ווערן א עושר און זיין סוקסעפול
אוועטאר
piano fan
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:48 pm

Re: קוואליפקעשינס צו זיין א מארקעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך piano fan »

צו זיין א גרעפיג דעזיינער און מארקעטער איז צוויי אנדערע זאכן

צו זיין א גיטע מארקעטער דארפסטו פארשטיין צו:
מענטשן
Consumer Behavior
Emotions
אפלערנען א פראדוקט
אפלערנען א מארקעט
קענען מאכן א סטראטגיע פאר דע לאנג טערם
אפלערנען רעזאלטס די ריכטיגע וועג
און נאך....

זיין א דעזיינער, קריעטיוו דירעקטאר אדער שרייבער איז עפעס אנדערש, וואס ווילסטו זיין?
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע:ווי נישט?

Re: קוואליפקעשינס צו זיין א מארקעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

האבןן א גוטע 'מעסעדזש פאר כלל ישראל' ווען מ'קומט ארויף פאר אן אינטערוויא אויף קולמעוואסער.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8774
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: קוואליפקעשינס צו זיין א מארקעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

קענען רעדן פאר פייער און פאר וואסער מיט א בלעכענעם פנים כאילו דו פארקויפסט די וואשינגשטאן ברידזש
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
בוסט גוט
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 26, 2021 3:51 pm

Re: קוואליפקעשינס צו זיין א מארקעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוסט גוט »

piano fan האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 1:01 pm
צו זיין א גרעפיג דעזיינער און מארקעטער איז צוויי אנדערע זאכן

צו זיין א גיטע מארקעטער דארפסטו פארשטיין צו:
מענטשן
Consumer Behavior
Emotions
אפלערנען א פראדוקט
אפלערנען א מארקעט
קענען מאכן א סטראטגיע פאר דע לאנג טערם
אפלערנען רעזאלטס די ריכטיגע וועג
און נאך....

זיין א דעזיינער, קריעטיוו דירעקטאר אדער שרייבער איז עפעס אנדערש, וואס ווילסטו זיין?
צו זיין א גרעפיק דיזייינער לערנסטו דיך גרעפיקס, קענסט זאגן האסט געמאכט שיינע זאכן..

ווען ס'קומט צו א מארקעטער וואס זאגסטו, כ'פארשטיי צו מענטשען, פראדאקטס?, וועלכע פעסט עקפירענסקען א מענטש האבן? בכלל איז אזא מין פאזישען?
בוסט גוט
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 26, 2021 3:51 pm

Re: קוואליפקעשינס צו זיין א מארקעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוסט גוט »

מי יודע האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 1:08 pm
קענען רעדן פאר פייער און פאר וואסער מיט א בלעכענעם פנים כאילו דו פארקויפסט די וואשינגשטאן ברידזש
סא ס'איז א סעילסמען?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8774
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: קוואליפקעשינס צו זיין א מארקעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

בוסט גוט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 1:10 pm
מי יודע האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 1:08 pm
קענען רעדן פאר פייער און פאר וואסער מיט א בלעכענעם פנים כאילו דו פארקויפסט די וואשינגשטאן ברידזש
סא ס'איז א סעילסמען?
אויך די זעלבע
נאר וואס איז די חילוק צווישן א מארקערטער און א סעילסמאן?

ווען דער קאסטומער כאפט דעם ליגנט!

ביי א סעילסמאן, וואס האט גערעדט צו אים פערזענליך, און דער סעילסמאן האט צוגעזאגט הרים וגבעות אויף דעם פראדוקט, אויב זעהט ער אז לא דובים ולא יער, קען ער גיין צו אים און אים פארהאלטן למה רימתני?

ביי א מארקעטער איז דער קאסטומער ווי א בלינדע קאטשקע וואס ווערט איבערגענומען פון יענעם'ס פ"ר (נישט אין אדר גערעדט), ס'איז א בחינה פון שנים שעשאוהו אשלד"ע וכו' וכו', און ער קען נאר זיך אליין באשולדיגן, פארוואס האב איך מיך געלאזט פארנארן? וואו איז געווען מיין שכל?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: קוואליפקעשינס צו זיין א מארקעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

לויט ווי איך פארשטיי:

וויסן וויאזוי צו מאכן די ליינער זאלן שפירן אז זיי מוזן האבן אדער טון דעם זאך וואס דו מארקעטס (צי ווייל עס וועט זיי מאכן באקוועם/פריילעך/צופרידן אדער צוליב אנדערע סיבות) אפי' באמת קען מען זיך באגיין אנעדעם...

סתם מאכן אויפאלאנדע עדס איז נישט ממש די יסוד פון מארקעטינג, עס דארף האבן אן אפעקט אויפן מענטש נאכן זעהן דעם עד.

מיין בליק...
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
העלפער
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:36 am
לאקאציע:ביהמ"ד

Re: קוואליפקעשינס צו זיין א מארקעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלפער »

תולה ארץ האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 1:07 pm
האבןן א גוטע 'מעסעדזש פאר כלל ישראל' ווען מ'קומט ארויף פאר אן אינטערוויא אויף קולמעוואסער.
אדער פאדקעסט
נאר מיט שמחה קען מען פועל'ן
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1299
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: קוואליפקעשינס צו זיין א מארקעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

צ״ק, א שווערע שאלה וואס קען נעמען בלעטער און ביכער מסביר צו זיין וואס א מארקעטער דארף באמת קענען.
אבער אין אונזער מארקעט איז א מארקעטער׳ס קוואליפיקאציעס איינער וואס קען מאכן גוטע נויז און איבערצייגן אז סברענגט רעזולטאטען (סעילס/אווערנס)
מיין חלק אינעם שמועס...
בוסט גוט
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 26, 2021 3:51 pm

Re: קוואליפקעשינס צו זיין א מארקעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוסט גוט »

סא, וואס זענען די סטעפס צו ווערן א מארקעטער, כ'בין יעצט אין כולל, געענדיגט בשר וחלב און תערובות, מען דארף שוין אריינברענגן פרנסה אין שטוב,כ'האב א שטיקל געפיל פאר מארקעטינג, באט זירא עקפירנס, וואס איז די ערשטע סטעפ?
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1299
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: קוואליפקעשינס צו זיין א מארקעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

בוסט גוט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:58 pm

נארמאלערהייט הייב מען אן אין גראפיקס און דעזיין.
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: קוואליפקעשינס צו זיין א מארקעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

בוסט גוט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:58 pm
סא, וואס זענען די סטעפס צו ווערן א מארקעטער, כ'בין יעצט אין כולל, געענדיגט בשר וחלב און תערובות, מען דארף שוין אריינברענגן פרנסה אין שטוב,כ'האב א שטיקל געפיל פאר מארקעטינג, באט זירא עקפירנס, וואס איז די ערשטע סטעפ?
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
בוסט גוט
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 26, 2021 3:51 pm

Re: קוואליפקעשינס צו זיין א מארקעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוסט גוט »

חלקי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 5:03 pm
בוסט גוט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:58 pm
סא, וואס זענען די סטעפס צו ווערן א מארקעטער, כ'בין יעצט אין כולל, געענדיגט בשר וחלב און תערובות, מען דארף שוין אריינברענגן פרנסה אין שטוב,כ'האב א שטיקל געפיל פאר מארקעטינג, באט זירא עקפירנס, וואס איז די ערשטע סטעפ?
נארמאלערהייט הייב מען אן אין גראפיקס און דעזיין.
וואו לערנט מען זיך עס?
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: קוואליפקעשינס צו זיין א מארקעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

בוסט גוט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:58 pm
סא, וואס זענען די סטעפס צו ווערן א מארקעטער, כ'בין יעצט אין כולל, געענדיגט בשר וחלב און תערובות, מען דארף שוין אריינברענגן פרנסה אין שטוב,כ'האב א שטיקל געפיל פאר מארקעטינג, באט זירא עקפירנס, וואס איז די ערשטע סטעפ?
מארקעטינג איז די קאמיוניקעישן צווישן דעם פארקויפער און דער קויפער, אים צו איבערצייגן צו קויפן.

דהיינו, ראובן האט א פראדוקט/סערוויס וועלכע איז געאייגנט פאר שמעון, דארף ער טרעפן שמעון, און אים פארציילן איבער דעם פראדוקט, מסביר זיין וויאזוי דאס איז געאייגנט פאר אים.

די חלקים וואס דער מארקעטער דארף טוען
ארויסהאבן ראובנ’ס פראדוקט
ארויסהאבן דעם ווער עס העלפט
וועלכע שפראך רעדט צו יקנעם
ווי מען קען אים טרעפן וכדו’

מחליט זיין אויף די פיינעל קאמיוניקעישן

נישט אלעמאל קומט גרעפיקס אריין אין פיקטשער

אויב איז מען געבליבן אז איין מיטל פון קאמיוניקעישן וועט זיין דורך בילדער/פעקעדזשינג/עדס דאן וועט מען זיך ווענדן צום גראפיקער און אים בעטן צו אהערשטעלן עפעס וואס שטומט מיט די דערהער/טאטש/טאן/געפיל/מעסעדזש וועלכע מען וויל קאמיוניקעטן

די קוואליפיקעשנס צו זיין א מארקעטער זענען
ריסערטש און סטראטעגיע.

איר דארפט אויסדרוקליך נישט קענען קיין שום גרעפיקס אדער דעזיין
לעצט פארראכטן דורך יוד אלף אום דינסטאג אפריל 16, 2024 4:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17867
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: קוואליפקעשינס צו זיין א מארקעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

צ/ק

קענען איבער רעדן ביזנעס אייגנטומער צו נעמען מארקעטינג ביי אים
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1299
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: קוואליפקעשינס צו זיין א מארקעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

יוד אלף האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 4:28 pm
בוסט גוט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 4:58 pm
סא, וואס זענען די סטעפס צו ווערן א מארקעטער, כ'בין יעצט אין כולל, געענדיגט בשר וחלב און תערובות, מען דארף שוין אריינברענגן פרנסה אין שטוב,כ'האב א שטיקל געפיל פאר מארקעטינג, באט זירא עקפירנס, וואס איז די ערשטע סטעפ?
מארקעטינג איז די קאמיוניקעישן צווישן דעם פארקויפער און דער קויפער, אים צו איבערצייגן צו קויפן.

דהיינו, ראובן האט א פראדוקט/סערוויס וועלכע איז געאייגנט פאר שמעון, דארף ער טרעפן שמעון, און אים פארציילן איבער דעם פראדוקט, מסביר זיין וויאזוי דאס איז געאייגנט פאר אים.

די חלקים וואס דער מארקעטער דארף טוען
ארויסהאבן ראובנ’ס פראדוקט
ארויסהאבן דעם ווער עס העלפט
וועלכע שפראך רעדט צו יקנעם
ווי מען קען אים טרעפן וכדו’

מחליט זיין אויף די פיינעל קאמיוניקעישן

נישט אלעמאל קומט גרעפיקס אריין אין פיקטשער

אויב איז מען געבליבן אז איין מיטל פון קאמיוניקעישן וועט זיין דורך בילדער/פעקעדזשינג/עדס דאן וועט מען זיך ווענדן צום גראפיקער און אים בעטן צו אהערשטעלן עפעס וואס שטומט מיט די דערהער/טאטש/טאן/געפיל/מעסעדזש וועלכע מען וויל קאמיוניקעטן

די קוואליפיקעשנס צו זיין א מארקעטער זענען
ריסערטש און סטראטעגיע.

איר דארפט אויסדרוקליך נישט קענען קיין שום גרעפיקס אדער דעזיין
הייליג גערעכט. אבער ״נארמאלערהייט״ איז די וועג אנצוקמען אהין דורך דעזיין. א מתחיל וואס שטעלט זיך ארויס אלץ משה די מארקעטער האט סאך א שווערערע פעלד ווי איינער וואס קומט מיט א דעזיין בעקגראונד אין האט פארשטאנט אין וויזואל קאמיוניקעשן.
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: קוואליפקעשינס צו זיין א מארקעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

חלקי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 9:01 pm

הייליג גערעכט. אבער ״נארמאלערהייט״ איז די וועג אנצוקמען אהין דורך דעזיין. א מתחיל וואס שטעלט זיך ארויס אז משה די מארקעטער האט סאך א שווערערע פעלד ווי איינער וואס קומט מיט א דעזיין בעקגראונד אין האט פארשטאנט אין וויזואל קאמיוניקעשן.
לאו דווקא, (אדער דווקא לאו) ביזנעס דעוועלאפמענט איז גאנץ א צווייטע פאך ווי גרעפיקס, אין הכי נמי אז טייל מארקעטער זענען ארייינגעקומען דורך גרעפיק, אנדערע דורך פארטשעסינג און פראדאקט דעוועלאפמענט, אדער סעילס וואס זייער טייפ און טיפקייט איז א סאך מער געאייגנט פאר מארקעטינג.
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”