סקווירא - חידוש׳דיגער וועכענטליכער ספירה גראפיק קאמפיין פאר נטפרי פילטער
אן אינטרעסאנטע געדאנק איז ארויסגעלייגט געווארן די וואך אין סקווירא: די לטהר ארגאנעזאציע האט ארויסגעלייגט אן אינטרעסאנטע קאמפיין פאר די ימי הספירה, ווי יעדע וואך וועט אן אנדערע סקווירא גראפיקער ארויסשטעלן אן עד צו עדווערטייזן און מארקעטן די מהודר׳דיגע פילטער נטפרי.
כאטש וואס סקווירא און לטהר האבן נישט קיין דירעקטע שיכות און פארדינס פון נטפרי, אבער זייענדיג אן ארגאנעזאציע און חסידות וואס ציהט כסדר שטארק אז די באניץ אויפן אינטערענעט זאל זיין אויף די מהודר׳דיגסטע אופן, און צוזענדיג אז די נטפרי פילטער איז די מהודר׳דיגסטע פאר איינער וואס דארף האבן אן אפענע בראוזער (נישט קיין ווייט ליסט), האבן זיך די עסקנים אריינגעלייגט פארגאנגענע פאר יאר שטארק צו שטיפן די פילטער דא אין אמעריקא, און יעצט ארויס מיט א פרישע קאמפיין.