א שרייבערל האט געשריבן:
א חידוש ביי דעם אלבוים איז, אז ביי דעם פראיעקט האמיר אויכעט געהאט אין סטודיא איינער וואס האט גע'מעסטער'ד די טרעקס! הלא הוא אונזער טאלאנטפולער מייסטער [מעסטער] ניק @כינור אונז האמיר שוין היינט צוטאגס אלעס אינהאוז!
און גראדע איז דעי אנטראגע צו מעסטער'ן אנגעקומען צו די קארידארן פון שלמה זלמן וועכטער'ס סטודיא! א דאנק די קשרים פון אונזער באליבטן מנהל וויכי, אבער אונזער מייסטער ניק @כינור האט דאס שוין געהאט מסדר געוועזן, אפשר ביים קומענדיגן פראיעקט!? תשועות חן חן להם!!
@שרייבערל אז דו פארציילסט שוין יא פארצייל שוין אלעס... וויכי האט עס אנגעטראגן סיי צו נפתלי משה שניצלער און סיי צו שלמה וועכטער'ן, ביידע זענען בעצם געווען גרייט ארויסצוהעלפן מיט דעם פראיעקט וואס שלאגט שוין היינט ווארצלען איבער די גאנצע וועלט, נאר דאס האט געדארפט געמאכט ווערן אין איילעניש כדי די אלבום זאל קענען זיין אינדרויסן אין צייט, און נישט יעדער האט עס געקענט האבן גענדיגט אזוי שנעל... עד שבא @כינור און האט געמאכט א דבר שלם ומתוקן.
ואין המצוה נקראת אלא על שם גומרה, @כינור האט פארענדיגט דעם אלבום אויפן העכסט פראפעסניאלן פארנעם! טענק יו @כינור! און שכח פאר @שרייבערל פאר עס ארלעדיגן, און אוודאי א שכח פאר @וויכי'ן פאר זיין שטענדיגע הילף, בפרט ביי דעם אלבום.