די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

ווייט פיש האט געשריבן:
איך מיין אז אין די נושא זענען די קהל'ישע ישיבות א ישועה, זיי וועלן אפילו אן די עלטערן'ס וויסן (אויב נישט שייך אנדערש) העלפן די בחורים מיט בויען, באקן העלפן די קעכער, העלפן די חסידות קאמפעני און געבן אן ארבעט ביי אן אחריות'דיגע בעה"ב.
זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט די נאמען פון די ישיבה
אזוי איז געווען אין די קהלישע ישיבה ווי איך בין געווען, אבער ווען איך בין דארט אנגעקומען איז שוין פון יארן פריער "אלעס" געווארן אוועקגענומען פון די בחורים.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

מענדל זאב האט געשריבן:
גראדע שכל האט געשריבן:
מענדל זאב האט געשריבן:
אין איינער וואס האט אחריות, האט אחריות צוענדיגן דעם שיעור אין זיך אלעס פארהערן וואס מען דארף
אין קען מסדר זיין גוט ווען מען דארף סיי וועלכע מסיבה/עווענט
אין ישיבה
אפשר און די מ' יארן...

נישט 2022!!!
יעדער מינוט וואס די האלטסט אים פארנימען האסטו אים געראטעוועט.....
מיין פריינט גייט אריבער אין קוקט אליינס
דער אייבערשטער האט נאך נישט באנגראטירט
עס איז דא א שיינע פראצענט בחורים וואס לערנען זייער פלייסיג אין ישיבה
אפילו 2022
דעי וואלטן געלערנט אויך אן א ישיבה, יעצט דארף מען א פלאץ פאר אלע אנדערע בחורים.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
ווער איז דאס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז דאס »

מקומט אריין דא מבהילדיג קלאר אבער ער רעדט "דייקא" אין ישיבה וואס איז די עצה,
א יעדע בחור אן א אויסנאם קען מען אריינברענגען א גישמאק צי וועלען גיין אין ישיבה אין לערנען די שאלה איז וויזוי רוב בחורים ווייסען ניטאמאל ווי מעלערענט אפ א בלאט,
ביי עלטערע בחורים פארוואס זאל מען נישט לערנען א נושא וואס זיי האבען א אינטרעס ווי בארגען געלט. שפילען קוויטלעך, משחק בקוביא, לפני עיור לא תתן מכשול, בר מצרא, וכדומה
חומש רש"י בעיון
אגב היינטיגע רוב בחורים האבען פשוט נישט קיין אדערען געדילד פאר עיון. איז בקיאות בעסער וויסעך נישט
אבער סאיז זיכער מדארף מבטל זיין די נאר" עיון סיסטעם
איז גור בעסער ווי מהאקט בלעטער?
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1661
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

די פראבלעם איז אז וועלכע זייט די וועסט עס נאר דרייען וועט אלעמאהל זיין פאר געוויסע גוט און פאר געוויסע נישט...
אמאל גוט פאר די בינוני אמאל גוט פאר די מציון און אמאל פאר די שוואכע... ווייל ענד אוו די דעי איז דא א סיסטעם און אלעמאהל איז דא וואס וועלן נישט אריין פיטן און די סיסטעם.
אבער וואס מ'דארף איז, א סיסטעם וואס וועט האבן די ווייניגסטע ארויסגעפאלענע...
יעדער סיסטעם וועט האבן ארויסגעפאלענע, די שאלה איז נאר וויפוהל.
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1661
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

אמאל איז געוועהן סאך שטערקער די מושג אז אפילו איינער וואס האט נישט געהאלטן ביים לערנען האט געקענט זיין פארנימען מיט חסידות, די רבי, חסידישע פאליטיק... וכו'וכו' (כמו חסידישע ליידיגייער)
היינט ליידער ווערט עס ווייניגער און ווייניגער... ס'אינטערסירט שוין כמעט נישט דעי נושאים פאר א גרויסע עולם...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17973
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

סרעדסטע?

ס'דא אן איבערפלוס פון די א.ג. "חסיד'ישע שטופערס", אבער עס איז אויך דא אן איבערפלוס פון פארקערטע..
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1661
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
סרעדסטע?

ס'דא אן איבערפלוס פון די א.ג. "חסיד'ישע שטופערס", אבער עס איז אויך דא אן איבערפלוס פון פארקערטע..
זיכער ווייניגער ווי אמאל....
קען זיין די אמאליגע מציונים זענען היינט די שטיפערס.
און די אמאליגע שטיפערס זענען היינט.... כ'וויל נישט זאגן ווי.
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17973
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

וואס איז די זיכערקייט?

אפשר האסטו זיך אנגעהויבן דרייען אין אן אנדערע סביבה, און האסט באשלאסן אז די סביבה האט זיך געטוישט...
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1661
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
וואס איז די זיכערקייט?

אפשר האסטו זיך אנגעהויבן דרייען אין אן אנדערע סביבה, און האסט באשלאסן אז די סביבה האט זיך געטוישט...
אזוי קוקט מיר עס אויס...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

אפענע וועלט האט געשריבן:
אלס א פלאץ פאר איש את רעהו יעזורו ברענג איך דא אויף א ווייטאגליכע טעמע וואס דער ציל איז נישט צו ווייטאגן נאר צו ברענגען סאלושענס.
דבר ידוע לכל.
עס איז א סכנה היינט צוטאגס פאר א בחור, פון די 15 ביז די 20, וואס זיין קאפ איז נישט פארנימען מיט לערנען צו זיין 'אין' ישיבה
יעדער וואס ליינט דא ווייסט פון 1 אדער 2 בחורים וואס זענען קליא געגאנגען צוליב זיין 'אין' ישיבה אויב האט ער נישט געהאלטן ביים לערנען.
לעצטענס געהערט האר אויפשטעלענדע מעשיות וואס רייסט ביים הארץ. רוב מאל קען מען נישט אפילו אנווייזן 'ווער' פון די סטעף איז שוךדיג. אבער דאס איז זיכער אז 'דער' סיסטעם איז נישט גוט.
וואס איז די עצה ?
עס איז דא א סאך וואס א ישיבה קען טוהן כדי דאס צו פארערכטן. די פראבלעם איז אז די ישיבה סיסטעם איז געבויעט ארום לערנן און נאר דארך דעם קען מען מעסטן א בחור. די רגע וואס א בחור האט נישט די כשרון אדער געדולט וואס פארלאנגט זיך פאר לערענן פאלט ער ארויס פון די סיסטעם און ער פילט זיך געקלאפט. די פילינג פון זיין געקלאפט און דאס נישט זיין קאנעקטעג צו די סיסטעם ברעגט א בחור זאל ארויס פאלען פון די סיסטעם.

כדי דאס צו קענען פארעכטן מוזן מיר קודם כל פראבירן אויסצוגעפינען וואס די ישיבות קענען טוהן אז די בחור מיט די שוואכערע כשרון אדער אן געדולט זאך יא קענען מיט האלטן און זיין מאטאווירט צו זיין א חלק פון די ישיבה, און דערנאך ברויך מען זען וואס די ישיבות קענען טוהן אז די בחורים זאלן נאך אלס זיך פילען ווי א "ישיבה בוכער" אפילו ער לערנט נישט 12 שעה מעת לעת.

די פאקט איז אז רוב ישיבות ווילען נישט דילען מיט די בחור וואס עס ווייזט זיך ארויס אז ער האט א שוואכע כשרון, דאס לעניות דעתי איז נישט גערעכט און נישט יושר. האסט אנגענומען א בחור אין ישיבה, דיעל מיט אים און פראביר צו טוהן וואס די קענסט אז ער זאל מצליח זיין. אבער מען קען נישט טוישען די סיסטעם, און פאר די פראבלעם איז דא היינט א סאך פיינע קלענערע ישיבות וואס דיעלען יא מיט די זאכן, די עלטערן דארפן נאר זיין גענוג אפען און אמת'דיג מיט זיך אליינס צו פארשטיין וואס פאר א כלי זיין האבן און גענוג פרי טרעפן די ריכטיגע ישיבה פאר די בחור.

די צווייטע זאך איז אז וויבאלד די ישיבות זענען אוועק געשטעלט אז עס איז נישט דא א וועג וואס א בחור זאל שיינען און ישיבה, אחוץ אויב ער זיצט און לערנט א גאנצער טאג, ממילא אויב גייט ער אריבער א שוועריקייט און ער האט נישט געהאט קיין חשק צו לערנן שפירט ער אויטאמאטיש אז ער איז ארויסגעפאלען און ארויסגעשפיגען פון די סיסטעם. אבער טאמער איז עס א ישיבה וואס האט עקסטרע קאריקולער, אזוי ווי ענגליש, ספארטס, וואקעשענאל טרעינינג, א.א.וו. און דער בחור קען דארטן שיינען וועט ער יא שפירן אז ער האט אן אחוזה און די עולם הישיבות. למשל, אויב דער בחור לערנט און א ישיבה וואס מען שפילט דארטן בעסקעטבאל און דער בחור שיינט ביי בעסקעטבאל, האט ער א סיבה צו קומען און ישיבה און זיך אנשטרענגן צו זיין א חלק פון די ישיבה ווייל ער איז א חלק פון די ישיבה ווען עס קומט צו ספארטס און ער וויל דאס נישט פארלירן, און זוי אויכט ווען ער קומט אהיים וועט ער זאגן אז ער האט געהאט א גוטע טאג אין ישיבה.

ווען ישיבות זאלן ווען האבן א געהעריגער עקסטרע קאריקיולער פראגרעם וואלטן אסאך בחורים זיך געפינען די ארט און געווען א חלק פון די ישיבה סיסטעם.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

די תורה איז ריזיג. אויב א בחור איז נישט ביכולת אדער ער האלט נישט דערביי צו לערנען גמרא תוס' קען ער לערנען חומש רש"י, נ"ך, מדרשים, אגדתא גמרות, הלכה למעשה אדער אנדערע לייכטע לימודים, מען דארף נישט גיין ביז ספארטס.

אָמַר רַבִּי: אֵין אָדָם לוֹמֵד תּוֹרָה אֶלָּא מִמָּקוֹם שֶׁלִּבּוֹ חָפֵץ, שֶׁנֶּאֱמַר: "כִּי אִם בְּתוֹרַת ה' חֶפְצוֹ"(תהילים א, ב). לֵוִי וְרַ' שִׁמְעוֹן בְּרַבִּי הָיוּ יוֹשְׁבִים לִפְנֵי רַבִּי וּמְפַסְּקִים סִדְרֵי מִקְרָא. נִגְמַר הַסֵּפֶר, – לֵוִי אָמַר: יָבִיאוּ לָנוּ מִשְׁלֵי, וְרַ' שִׁמְעוֹן בְּרַבִּי אָמַר: יָבִיאוּ לָנוּ תְּהִלִּים. כָּפוּ אֶת לֵוִי וְהֵבִיאוּ תְּהִלִּים. כְּשֶׁהִגִּיעוּ לַמִּקְרָא "כִּי אִם בְּתוֹרַת ה' חֶפְצוֹ" פֵּרֵשׁ רַבִּי וְאָמַר: אֵין אָדָם לוֹמֵד תּוֹרָה אֶלָּא מִמָּקוֹם שֶׁלִּבּוֹ חָפֵץ. אָמַר לֵוִי: רַבִּי, נָתַתָּ לִי רְשׁוּת לַעֲמֹד. (עבודה זרה, דף יט, עמוד א.)

עס וואלט געווען א געוואלדיגע זאך אויב זאל מען איינפירן אין ישיבות "שיעור טשויס" אז יעדער בחור זאל זיך קענען אויסוועלן צו גיין צו שיעורים אין מקצועות וואס ציען אים. מען שטעמפעלט אומזיסט אפ בחורים אז "לערנען איז נישט פאר אים" ווען באמת דארף ער נאך פשוט טרעפן וועלכע סארט לימוד איז יא געאייגנט פאר אים. אין קלענערע ישיבות איז שווער דאס איינצופירן ווייל עס וועט נישט זיין גענוג בחורים פאר איטליכע חבורה אבער אין גרעסערע ישיבות וואלט דאס געווען א געוואלדיגע דורכברוך.
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

ס"ה עצות פונעם טאג.
1. טשויס שיעורים. אין אדם לומד אלא מה שלבו חפץ
2. זייטיגע ארבעט נעבן די ישיבה. קארפענטרי. בויען. שניידן. צוזאמשטעלן.
3. עלטערן זאלן קענען דעם בחור און פיעלן באקוועם ארויסצינעמן פון די נישט ריכטיגע פלאץ און אריין לייגן אין די ריכטיגע פלאץ.
4. זייטיגע ארבעט אין ישיבה.
5. גבאות אין ישיבה. פרישטאג. חק"ס. מסיבות. צייכענען. קאכן. רוימען.
6. שפיל פלאץ אין/נעבן ישיבה זיך אויסצוגעבן
7. לערנען אינטערסאנטע ידיעות התורה. שלא כסדר. וואס איז אינטערסאנט פאר בחורים.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
a yiddish hartz
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 02, 2021 6:22 am

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך a yiddish hartz »

איך אין ישיבה קטנה בין געווען באמת א שוואכער בחור א ליידיגייער פאץ וויאזוי דו ווייסט עס רופן און איך פלעג פון צייט צו צייט פרעגן די גוטע בחורים צו איך קען לערנען מיט זיי פופצען מינוט קיינער האט נישט געהאלטן ביים לערנען מיט מיך היתכון איך גיי לערנען מיט די שוואכער בחור בקיצור וואס איך פרוביר ארויסצוברענגען איז אז די גוטע שארפע קעפ האבן אראפגעקוקט אויף די שוואכער בחורים אונז האבן ממש געפילט rejected איך האלט אז דאס איז א חלק פון די פראבלעם פארוואס די נישט בעסטער לערנערס פאלן אין ישיבה ווייל מען פילו rejected מקוקט דיך געהעריג אראפ די מינוט די קענסט נישט לערנען האסטו נישט קיין טראפ ייודישקייט און זיך די איינציגסטער סיבה וויאזוי איך האב דורכגעשוויצט די פאר יאר איז געווען ווייל איך פלעג ברענגן אסאך עסן צו ישיבה צו פארקויפן און ברוך השם זאכן האבן זיך פארקויפט די איינציגסטער פראבלעם איז געווען אז עס איז געווען אקעגן די תקנות צו מאכן ביזנעס און ישיבה און מען פלעגט מיך אריינרופן פון צייט צו צייט און סטראשענען צו אוים ערן טוהן די זאכן וואס באלאנגט נישט פאר בחורים א בחור׳ס קאפ דארף ליגן נאר און לערנען. ווען די ישיבות לאזן ווען בחורים זיך הייבן אביסל צו מיט בינדען ספרים צו פארקויפען עסן און אזוי ווייטער וואלטן אזויפיל בחורים מער מצליח געווען און מען דארף אויפקלערן די גוטע עילוישע בחורים נישט אראפצוקוקען אויף די שוואכער בחורים ווי א גארנישט
יא דו קענסט אלעס באווייזן קרעדיט מיכאל
a yiddish hartz
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 02, 2021 6:22 am

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך a yiddish hartz »

איך בין געגאנגען ארבעטן ביי די 19 און איך פלעג טרעפן אסאך חברים און זיי פלעגן מיר רודהפען גיי טרעף דיך א ישיבה קיינער גייט דיך נישט וועלן פאר א איידעם וכדומה .מען דארף לאזן בחורים ארבעטן סך הכל ווערט ער א מענטש וואס ווייסט וויאזוי אויפצושטיין האבן א עול פון זיין אויף צייט אוועקלייגן געלט די ארבעטס בחורים דארף מען די ערשטע כאפן פאר א איידעם איינער וואס ווייסט what life is all about
יא דו קענסט אלעס באווייזן קרעדיט מיכאל
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21743
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

נישטאמת האט געשריבן:
צק
די איינציגסטע עצה איז חתונה האבן. וואס צו טין ביז דעמאלטס דארף מען סייעתא דשמיא, מען קען נישט מאכן א סיסטעם פאר יעדעם
חתונה האבן איז נישט קיין רפואה.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
וואס איז די זיכערקייט?

אפשר האסטו זיך אנגעהויבן דרייען אין אן אנדערע סביבה, און האסט באשלאסן אז די סביבה האט זיך געטוישט...
פון וואס איך זעה איז פילע פון די היינטיגע "חסידישע שטיפערס" בפרט ישיבה גדולה, קומען אן צו שלעכטס אויף א מבהילדיגע אופן.
עס איז פשוט אזוי גרינג היינט אז אויב ביסטו נישט באמת סטימיולעיטעד און די האסט נישט קיין פילע טאג דאן איז כמעט אוממעגליך נישט אנצוקומען אהין.
נאר איינמאל דארפסטו דיך אנשטויסן דערין און דיין ליידיגע פוסטע טאג וועט אנהייבן מאנען זיינס.

איך זאג עס נישט אלץ א כלל, אבער פון וואס איך האב געזעהן האב איך זייער מורא אז דאס איז די סיטואציע.
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

די בעסטע עצה פארן בחור איז צו לערנען און זיין פארנומען מיט לימודים שליבו חפץ, אינטרעסאנטע גמרות אגדתא'ס און מדרשים, אינטרעסאנטע הלכה ספרים,
איך אלץ בחור בין איך נישט געווען פון די מצויינים אבער א יודע ספר האב איך געהייסן צוליב דעם וואס איך האב ליבגעהאט צו לערנען די אינטרעסאנטע אגדתא'ס, פון רבה בר בר חנא'ס שרעקעדיגע געשיכטעס ביז די ארבעה נכנסו לפרדס,
אונז האבן געהאט אין ישיבה א שיינע אוצר הספרים מיט אסאך אינטערעסאנטע ספרים, הפך בה והפך בה דכולא בה
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
ווער איז דאס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז דאס »

פארשער האט געשריבן:
די תורה איז ריזיג. אויב א בחור איז נישט ביכולת אדער ער האלט נישט דערביי צו לערנען גמרא תוס' קען ער לערנען חומש רש"י, נ"ך, מדרשים, אגדתא גמרות, הלכה למעשה אדער אנדערע לייכטע לימודים, מען דארף נישט גיין ביז ספארטס.

אָמַר רַבִּי: אֵין אָדָם לוֹמֵד תּוֹרָה אֶלָּא מִמָּקוֹם שֶׁלִּבּוֹ חָפֵץ, שֶׁנֶּאֱמַר: "כִּי אִם בְּתוֹרַת ה' חֶפְצוֹ"(תהילים א, ב). לֵוִי וְרַ' שִׁמְעוֹן בְּרַבִּי הָיוּ יוֹשְׁבִים לִפְנֵי רַבִּי וּמְפַסְּקִים סִדְרֵי מִקְרָא. נִגְמַר הַסֵּפֶר, – לֵוִי אָמַר: יָבִיאוּ לָנוּ מִשְׁלֵי, וְרַ' שִׁמְעוֹן בְּרַבִּי אָמַר: יָבִיאוּ לָנוּ תְּהִלִּים. כָּפוּ אֶת לֵוִי וְהֵבִיאוּ תְּהִלִּים. כְּשֶׁהִגִּיעוּ לַמִּקְרָא "כִּי אִם בְּתוֹרַת ה' חֶפְצוֹ" פֵּרֵשׁ רַבִּי וְאָמַר: אֵין אָדָם לוֹמֵד תּוֹרָה אֶלָּא מִמָּקוֹם שֶׁלִּבּוֹ חָפֵץ. אָמַר לֵוִי: רַבִּי, נָתַתָּ לִי רְשׁוּת לַעֲמֹד. (עבודה זרה, דף יט, עמוד א.)

עס וואלט געווען א געוואלדיגע זאך אויב זאל מען איינפירן אין ישיבות "שיעור טשויס" אז יעדער בחור זאל זיך קענען אויסוועלן צו גיין צו שיעורים אין מקצועות וואס ציען אים. מען שטעמפעלט אומזיסט אפ בחורים אז "לערנען איז נישט פאר אים" ווען באמת דארף ער נאך פשוט טרעפן וועלכע סארט לימוד איז יא געאייגנט פאר אים. אין קלענערע ישיבות איז שווער דאס איינצופירן ווייל עס וועט נישט זיין גענוג בחורים פאר איטליכע חבורה אבער אין גרעסערע ישיבות וואלט דאס געווען א געוואלדיגע דורכברוך.
לאמיר דאס צנויפשמיעסן ברענגען צי נעקסטע שטאפעל למעשה! אפשר א פרישע אשכול
קען איינער ברענגען א דוגמא פין א קרייז וואס האט דאס שוין פרובירט. אין ווי אזוי סארבעט
גור איז בקיאות חב"ד האט מען א ציל צי קענען חלקים שולחן ערוך. קלויזענבורג מיט די בחינות. געלדצעלער ז"ל זאגען די תלמידים אז עפעס א חיות האט אריינגעארבעט מיט די בחורים
קיינער האט נאך אבער נישט פרובירט נושא מקצוע וואס ציט פאר א בחור וואס דאס דארף זיין א עוה"ז
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4147
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

נארמאליזעם האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
צק
די איינציגסטע עצה איז חתונה האבן. וואס צו טין ביז דעמאלטס דארף מען סייעתא דשמיא, מען קען נישט מאכן א סיסטעם פאר יעדעם
חתונה האבן איז נישט קיין רפואה.
א רפואה טאקע נישט אבער סטאפן די בלוטן יא. וד"ל
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21743
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

נישטאמת האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
צק
די איינציגסטע עצה איז חתונה האבן. וואס צו טין ביז דעמאלטס דארף מען סייעתא דשמיא, מען קען נישט מאכן א סיסטעם פאר יעדעם
חתונה האבן איז נישט קיין רפואה.
א רפואה טאקע נישט אבער סטאפן די בלוטן יא. וד"ל
געווענליך וועט זיך עס ענדיגן אדער מיט אביסל הילף אדער מיט א גט
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

כיהודה ועוד לקרא, מ'דארף טוישן די "שיעור עיון" סדר, און אריינברענגען א געשמאק פון בקיאות.

די שיעור עיון איז א תועלת בלויז פארן מגיד שיעור, פאר זיין כבוד, פאר זיין ספר וכו'.

ס'שאד אז אין די בעסטע שעות אין טאג האבן רוב בחורים אין ישיבה קיין געשמאק.
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2136
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע:ברוקלין

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

Ozd האט געשריבן:
כיהודה ועוד לקרא, מ'דארף טוישן די "שיעור עיון" סדר, און אריינברענגען א געשמאק פון בקיאות.
מדארף ׳נישט טוישן׳ גארנישט. מדארף צולייגן זאכן פאר די וואס פארנעמען נישט.

איך בין מיט דיר אז פאר געוויסע דארף מען נאר בקיאות, אבער פארוואס דארף מען טוישן שיעור עיון? די ווייסט וויפל בחורים זיצן אין קנאקן שטיקער? לא אלמן ישראל… סאיז דא פון אלע מינע

איך ווייס נישט ווי די האסט געלערענט, אבער ביי אונז אין ישיבה זענען געווען געניג בחורים וואס האבן גערידערט א בית המדרש יעדן פארמיטאג. פארשטייצעך, געווען וואס האבן גערידערט אין קאווע צימער און ביי די ווענדיג מאשינס, געווען וואס האבן ליידער געהאט סמארטפאונס אין זייער בעק טאש, עס מיינט אבער נישט די עקזיסטינג ישיבה סיסטעם דארף זיך סטאפן. מדארף צולייגן נאך זאכן פאר די שוואכערע.
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

ניינער האט געשריבן:
Ozd האט געשריבן:
כיהודה ועוד לקרא, מ'דארף טוישן די "שיעור עיון" סדר, און אריינברענגען א געשמאק פון בקיאות.
מדארף ׳נישט טוישן׳ גארנישט. מדארף צולייגן זאכן פאר די וואס פארנעמען נישט.

איך בין מיט דיר אז פאר געוויסע דארף מען נאר בקיאות, אבער פארוואס דארף מען טוישן שיעור עיון? די ווייסט וויפל בחורים זיצן אין קנאקן שטיקער? לא אלמן ישראל… סאיז דא פון אלע מינע
ווייסעך. מיט "טוישן" האב איך געמיינט צו זאגן אז "עיון" זאל נישט זיין די main סדר, און זאל נישט זיין פאר all.
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2136
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע:ברוקלין

Re: די סכנה פאר בחורים "אין" ישיבות און די עצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

Ozd האט געשריבן:
ניינער האט געשריבן:
Ozd האט געשריבן:
כיהודה ועוד לקרא, מ'דארף טוישן די "שיעור עיון" סדר, און אריינברענגען א געשמאק פון בקיאות.
מדארף ׳נישט טוישן׳ גארנישט. מדארף צולייגן זאכן פאר די וואס פארנעמען נישט.

איך בין מיט דיר אז פאר געוויסע דארף מען נאר בקיאות, אבער פארוואס דארף מען טוישן שיעור עיון? די ווייסט וויפל בחורים זיצן אין קנאקן שטיקער? לא אלמן ישראל… סאיז דא פון אלע מינע
ווייסעך. מיט "טוישן" האב איך געמיינט צו זאגן אז "עיון" זאל נישט זיין די main סדר, און זאל נישט זיין פאר all.
קוק אהער.
מיין ארעמע מיינונג אין דעם ענין איז אז עיון דארף יא זיין דער עיקר. אויב וועלן די קעכערס און עסן פארקויפערס ווערן דער עיקר און שיעור עיון וועט ווערן אזא יא יא ניין ניין וועלן קיין מציונים מער נישט זיין.
נאר וואס דען, מען דארף זיך אנהייבן רעכענען מיט די וואס ״קענען נישט״ (נישט מיט די וואס ״ווילן נישט״ פארשטייט זיך אז די וואס ווילן נישט דארפן אויך א ישיבה מיט א מסגרת, אבער זיי דארפן קודם כאפן אפאר פעטש פאר נישט וועלן…)

הכלל, די פראבלעם אין די ישבות איז אז סהאט איין רעסעפי פאר אלע, מען קען נישט בלעמען די ראשי ישיבות, נישט יעדער איז געמאכט פאר אלעס, נאר וואס יא, דער עיקר דארף זיין לערנען, און לערענען פלייסיג, עיון, און פאר די וואס קענען נישט/ווילן נישט, פאר זיי דארף מען מאכן פרישע זאכן. זיי דארף מען זיכער מאכן פארן נישט מיט מיטן שטורעמישן ווינט אויף די גאס.
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”