נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

אחראי: יאנאש

פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
קיינמאל אויפגעבן האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
איך האב געלאזט מיין אימעיל אדרעס ביי זייער ערשטע ארטיקל וואו זיי האבן געבעטן ווער עס קען געבן מער אינפארמאציע, א חודש צוריק האבן זיי מיר געשיקט אן אימעיל וואו זיי בעטן ווער עס האט אינפארמאציע וועגן די special ed סיסטעם אין אונזערע סקולס זאל רופן א נומבער, האב איך גערופען, גערעדט א צוואנציג מינוט מיט דעם שרייבער פונעם ארטיקל ראזענטאהל, ער האט זיך פרובירט צו טענה'ן מיט מיר אבער ווען ער האט שוין נישט געהאט וואס צו ענטפערן (אזוי לערן איך עס אפ) האט ער געזאגט " איי דאנט וואנט טו דיבעיט די ארטיקעל נאו".

וואס ווילסטו פון אים, ער איז אויף געהאלט פון די נ. י. טיימס אלס אן אינוועסטיגעטיוו רעפארטער, ער ארבעט מסתמא אויף איין סטארי פאר א האלבע יאר, אויב וועט ער שרייבן די פארווע אמת וועט זיין ארטיקל נישט מאכן קיין העדליינס און ער קען עווענטואלי פארלירן זיין פאסטן, ער מוז בלאפפן לצורך פרנסה...
אפשר וואלט געוועהן מעגליך צו ברענגן אביסל פון די קאנטעקסט פון דיין שמועס?

מאויבי תחכמינו, ס'איז אינטערעסאנט צו הערן וואס ער וואלט געוואלט הערן פון דיר און וואס ער האט פראבירט ארויס צושנאפן.
קוק וואס איך האב געברענגט אויבן די אימעיל, דארט זעהסטו אז ער האט בעיקר געזוכט אינפארמאציע אויף די ספעשל עד, איך האב אים אנגערופן און געזאגט אז איך האב נישט די אינפארמאציע וואס ער זוכט אבער אויב ער האט א פאר מינוט וואלט איך אים געווילט זאגן מיין אפיניען וועגן די ארטיקל ,

ער האט מסכים געווען, האב איך אים געזאגט, דו שרייבסט אין די ארטיקל אז מענטשן מיטשענען זיך מיט סופארטען זייערע פעמיליס ווייל זיי קענען נישט טרעפן קיין דזשאב, בתוך עמי אנכי יושבת און איך קען אסאך מענטשן וואס האבן נישט קיין דזשאבס ווייל זיי זענען אין כולל, ווייל זיי ווילן לעבן חיי צער כדי צו קענען בלייבן ביים לערנען איך קען אבער קיינעם נישט וואס האט געווילט גיין ארבעטן און ער האט נישט געקענט טרעפן קיין דזשאב ווייל ער קען נישט ענגליש, אדער קען מען יא אדער לערנט מען זיך אויף די דזשאב, הכלל קיינער איז נישט ארבעטס לאז וועגן דעם,

ראזענטאהל: ריכטיג, אבער אסאך מענטשן האבן מיר געזאגט אז זיי האבן געהאט "דריעמס" פון ווערן א דאקטאר און א לויער און דאס איז אסאך שווערער פאר איינער וואס קומט פון אונזערע ישיבות,

הערינג: ריכטיג, דאס איז אויך א פראבלעם אבער הימל און ערד פון זאגן אז מענטשן קענען זיך נישט סאפארטען ביז זאגן אז זיי קענען נישט פולפילן זייערע דריעמס, פארוואס האסטו געשריבן "סופארטען" ווען די פראבלעם איז דריעמס?

ראזעהנטאל: איי דאנט וואנט טו דיבעיט די ארטיקל נאו.

הערינג: אויב די ווילסט נישט דיבעיטן מוזטו נישט, אבער אויב האסטו פארשטאנען מיין טענה איז נישט מער ווי גערעכט אז די קומעדיגע מאל די רעדסט וועגן דעם זאלסטו רעדן אנדערש,

ראזעהנטאל: איך גיי נעמען אין קאנסידירעשאן וואס דו האסט געזאגט,

איך האב אים געהאט אין פלאן צו זאגן אויך וועגן די "פאנישמענטס" אבער ער האט שוין נישט געווילט מער רעדן כנ"ל.
וואוו, איך בין נתפעל ווי דו האסט דיך געהאלטן צו דיין פונקט, ער האט דאס נישט געקענט האנדלען.

זיי לעבן אונטער די שרעקעדיגע ווארט דריעמס און ער האט במזיד אדער בשוגג דיך געוואלט דערשטיקן דערמיט. דו ענטפערסט אים מיט א פשטות אז דו ביזט בכלל נישט מחולק מיט די דריעמס אישו אבער דא רעדט מען פון זיך סעלף סופארטען, אלל אף ע סאדען האט ער פארלוירן זיינע דשזורנאליסטישע דיבעעטינג סקילס און הויך געשפריצטע קריטיקעל טינקינג מעגליכקייטן.

אויסגיין זאל ער ווי א דונג (הרים כדונג נמסו), זיין גאנצע קרו זאל נתמגר'ט ווערן שנעל אין אונזערע טעג.

און דו פרוביר עס צו טוהן ווי אפטער, קיעפ אונז פאסטירט.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

איך האלט אינמיטן ליינען די שאנדפולע נ. י. ט ארטיקל איבער גיטין און בתי דינים, איך בין אבער אזוי כעס'יג אז איך קען נישט ווייטער לייענען.

איטס פריסייזלי די פארפוילטע ליבעראלע ביוראקראטיע וואס אינקריעסט געזעצן רולס און פראצעדורן מיט בלעטער אזוי דיק פון דא ביז די לבנה.

די גרויליגע אבאמע קעיר אקט וואס אונזער "ערוויילטע" פירער האבן נישט געהאט קיין רעכט צו לייענען און דעבאטירן איידער שטימען דערויף דאס איז נישט קיין פראבלעם.

ווען מענואל פון טשיקאגא (נו, אבאמעס שטאב הויפט, דערמאן מיך זיין נאמען פארא גוט יאר) זאגט אז מ'זאל נישט לאזן א קריזיס גיין לטמיון ווייל אין א צייט פון א נאציאנאלע קריזיס קען מען לייכטער אדורך פושן געזעצן ווייל דער ציבור האלט סיי ווי נישט מיט, דעס איז נישט קיין פראבלעם.

ווען די לאו'ס און סטעטשוס פון די פעדעראלע רעגירונג זעלבסט ציילט זיך צו איבער 10,000, קיין איין אמעריקאנער האט נישט די מעגליכקייט צו זיין אפגעהיטן פון אלע געזעצן נאך פאר'ן צולייגן די סטעיט געזעצן און מאניציפאלע ביי-לאוס, דעס איז נישט קיין פראבלעם.

ווען פארשידענע געמיינדעס פון פארשידענע אפשטאמען טוען געמיינע עוולות און רציחות וואס מ'דארף בכלל נישט האבן קיין אינסטרוקציע מענואל צו וויסן אז ס'איז ראנג, דאן פארשטייט מען יא אז מ'זאל זיין ליניענט ווייל ער האט דאס נישט געוואוסט צוליב וואס די ווייסע האבן אים נישט געלאזט זיין עדיוקעיטעט.

ווען די פארשאלטענע שמוציגע זיכטן אויפן געוועב לאזן אלעס צו אנטקעגן די אומצאליגע דמעות שליש פון עלטערן פון אלע שיכטן און קרייזן, פון אלע רעליגיעס און סתם מאראלישע גוים וועלכע ווילן ערציען קינדער מיט א 'הויכע סעקולער געבילדעטע עדיוקעישן' צו קענען ווערן אדוואקאטן, דאקטורים אדער נאסא אסטראנאטן, אבער זייערע קינדער גייען זיי לטמיון פון סוער פייפ הנקרא אפענע אינטערנעט, דארטן פארשטייט מען איז די קאליפארניע געזעצן פראעטקטן די שמוציגע ביזנעסער מיט די נארישע אויסרייד אז מ'האט געסיינט טוירמס ענד קאנדישאנס. יעדער ווייסט אז קיינער ליינט עס נישט און קיינער פארשטייט עס נישט אבער ער האט דאך געקליקט דערויף, נו וויאזוי קען מען האלטן די פירמעס פאראנטווארטלעך ווען זיי טוען דאך עס בלויז לצורך פרנסה.

אין יא, די יארגאנג וואס מ'קען שוין סיינען פאר טוירמס ענד קאנדישאנס איז די זעלבע וואס מ'קען נישט קויפן קיין ביר, ציגארטעלך און נאך ווייל ער איז נאכנישט גענוג אחריות'דיג, מ'דארף אים אויך פארגעבן זיינע סטודענטן הלוואות און זיין א טייל פון אבאמע קעיר אויף די עלטערנס פלאן, ווייל אפילו ביז די 26 איז מען נאכנישט אינגאנצן מעטור. אבער אויף סיינען בלעטער פון טוירמס ענד קאנדישאנס וועלכע פירט אים אריין אין עדיקשנס און דעפרעשנס, לאזט אים נישט זיך ווערן עדיוקעיטעט און לאזט אים נישט לעבן נארמאל, אויף דעם איז דער גאנצטע בלעטער פון טוירמס ענד קאנדישאנס מיט הויכע לעגאלע טערמינען גוט? טראץ וואס 'עקספערטן' אין דעם געביט ווייסן צו פארציילן אז די וועלכע האבן מסכים דערויף האבן נישט געוואסט וואס דארט שטייט.

יעדע נארישע ציווילע ביזנעס קאנטראקט איז היינט בלעטער גרויס, קיינער האט נישט קיין איינונג וואס ס'שטייט דארט. מ'צאלט עמפטליך פאר לויערס אן פעיראל צו פארטיידיקן דאס געשעפט פון כסדר'דיגע קלאגעס פון ארבעטער, קונדון, סופליייערס, רעגירונג אגענטורן. די פארוואלטער וועלכע זענען מצליח אין ביזנעס מער ווי דער נארישע שרייבער פון די נ. י. ט דארף אוועק געבן שווערער טויזנטער דאלארן פאר לעגאלע טיעמס ווייל ער פארשטייט נישט וואס דארט שטייט, אויב וואלט די בעה"ב פארשטאנען וואלט דאך דער לויער קיינמאל געהאט קיין דזאב... דעס איז נישט קיין פראבלעם.

קאנטראקט איז קאנטראקט, געסיינט איז געסיינט. אזוי האט מען מיך אויסגעלערנט אין אמעריקע. ס'שטייט אין די ענדע אז דו און איך ווייסן און איך פארשטיי וואס דא שטייט און קיינער האט מיך נישט געווצווינגען. נו וואדע נישט געצווינגען, איך קען רואיג לעבן ווי א חיה אין וואלד און זיך ערנערן פון די גרינסן דארטן. איך האב פשוט בוחר געווען צו קויפן א סעלפאון און נעמען אן הלואה פון די באנק פאר א געביידע פלעין פאר פאן, ממילא האב איך דאך געסיינט גאנצטע בלעטער פון קאנדישאנס קלאר וויסנדיג וואס איך טוה, נו שטעל דיך צוה or else.

אבער ווען אידישע קינדער נוצן אויס דעם צודרייטן ביוראקראטיע אנצוהאלטן זייער רואיג אייגנארטיגע טראדיציאנאלן לעבן ווערט דאס אטאקירט פון די נ. י. ט. ווי כאילו מיר זענען אויפגעקומען מיט א געניאלן חידוש וויאזוי אריינצונארן מענטשן.

דו ווילסט עכט האבן א דעבאטע מיט מיר וועגן עדיוקאציע? איך בין גרייט.

דו ווילסט עכט האבן א שמועס איבער די מהלך פון סיינען טוירמס ענד קאנדישאנס? איי קענט וועיט.

דו ביזט באמת גרייט צו האבן א שמועס פון די נעט אוטקאם פון אונדזערע פאמיליע לעבן ווס. עקערע שוין נאכדעם וואס ביידע זייטן ביי ענק סיינען פרי אפס מיט שמינאפס פונעם ערשטן הייראט ביזן דריטן ביז ס'ענדיגט זיך סינגל מיט צעפלויגענע קינדער אין דערצווישן? איך גלויב נישט דו ווילסט האבן דעם שמועס.

איין זאך נאר, דו האסט פרובירט איינצורעדן איך ווייס נישט פארוועם אז דיין פראבלעם איז פשוט די סטעיט געזעץ פון עדיוקעישן אדער די קארופטירטע פאליטישנס וועלכע טוען במזיד ובפשע די ארבעט פון זייערע קאנסטישוענס, אן עוון פלילי ממש. האסט געקענט איינרעדן אפאר משוגעים אדער דיך אליין אז די מיינס די תכלית פון די זאך.

אבער איצט קומסט ארויס מיט דיין אמת'ע עקלדיקע פרצוף אז דו ביסט אונטערצוהאקן אונזער וועי אף לייף.

קודם דאנקן מיר דעם אויבערשטען פאר'ן דיך אריינלייגן אין די פאסטקע, עט ליעסט זע מיר קלאר אז מיר זענען בלוט שונאים ווי די ווילסט מיך דיסטינקטן פון דעם פלאנעט אזויווי לבן.

און פאר דיר וויל איך זאגן וואס דער זרש האט געזאגט פאר המן (איר מאן צו וועם צו האט חתונה געהאט מיט א פרינאפ, מיי פוט. להיות כל איש שורר בביתו, מיט וואָס המן האט זיך מחיה געווען ווייל דאס האט געמאכט ליגאל און עטיקל דאס הרג'נן ושתי וועלכע האט זיך נישט געוואלט צושטעלן צו אחשוורושס נידעריגע פויערישע ליבעראלע קאפריזן).

אם מזרע היהודים מרדכי אשר החילות לנפול לפניו לא תוכל לא, כי נפול תפול לפניו.
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

פראקטיש! פייער!!
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2393
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

WOW WOW
פראקטיש!!!
טוה אלעס שביכלתך, דאס זאל צישמירט ווערן ווי איממער, ויבושו ויחפרו עדי עד!!!
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6489
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

Just WOW!
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35593
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פראקטיש האט געשריבן:
אם מזרע היהודים מרדכי אשר החילות לנפול לפניו לא תוכל לו, כי נפול תפול לפניו.
אמת'ע ווערטער פון הארצן טיעפן.
אטעטשמענטס
דורך פראקטיש.pdf
(30.62 KiB) געווארן דאונלאודעד 288 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

אביונה האט געשריבן:
WOW WOW
פראקטיש!!!
טוה אלעס שביכלתך, דאס זאל צישמירט ווערן ווי איממער, ויבושו ויחפרו עדי עד!!!
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6298
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

פראקטיש! יעדעס מאל וואס דיין פענע צולאזט זיך איז עס ווערט גין גאלד!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע:ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

@פראקטיש שרייבט פייער'דיג גוט!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ש'כח @פראקטיש!
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3425
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע:אויפן טיש

Re: נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

WOOF!!!!!!
שכח @פראקטיש!!!!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זייער פאוערפול פראקטיש!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
בית שמאי
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:42 pm

Re: נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית שמאי »

farshlufen האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
אם מזרע היהודים מרדכי אשר החילות לנפול לפניו לא תוכל לו, כי נפול תפול לפניו.
אמת'ע ווערטער פון הארצן טיעפן.
ישר כח פאר די פדף
@פראקטיש געוואלדיג!
אינהאלט 5 סטאר!
שפראך 5 סטאר!
אווער אלל 5 סטאר!
"אייוועלט איז זייער א פיינע פלעטפאורם, ס'איז אויסגעהאלטן, ס'איז כשר." (וועלוועל פעלדמאן)
אוועטאר
מהלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 05, 2021 3:34 pm

Re: נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהלך »

@פראקטיש
קלאר און פליסיג!

ישר כח
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5920
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע:מ'וואנדערט

Re: נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

אייזן שטארק פראקטיש!!
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3668
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע:פאר מער דרוקט נומער 7

Re: נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

פראקטיש האט געשריבן:
אם מזרע היהודים מרדכי אשר החילות לנפול לפניו לא תוכל לו, כי נפול תפול לפניו.
WOW WOW WOW!!!
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

זייער פראקטיש גערעדט
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול

ווען די טערמס און קאנדישענס וואלטן געשריבן געווארן אזוי פראקטיש אזוי ווי פראקטיש שרייבט, וואלט מען עס יא געליינט
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
ווען די טערמס און קאנדישענס וואלטן געשריבן געווארן אזוי פראקטיש אזוי ווי פראקטיש שרייבט, וואלט מען עס יא געליינט

סארי פאר'ן דיך מענטשענען אין מיין תגובה....
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

איך פארשטיי נישט וואס זיי רעדען דארטען צאם, פארוואס זאל מען אייביג לאזען די ווייב דיסיידען ווי צו לייגען די קינדער? די מאן האט נישט קיין ווארט? ווייל ער איז געבליבען רילידשעס אזוי ווי ער איז געוועהן פארדעהם??

זייער א נארישע סענסלעס ארטיקעל
גוט צו זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 30, 2021 4:09 pm

Re: נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט צו זיין גוט »

פראקטיש האט געשריבן:
אם מזרע היהודים מרדכי אשר החילות לנפול לפניו לא תוכל לו, כי נפול תפול לפניו.
ת'הא ש'נת פ'ראקטיש ג'ערעדט.
ישר כוח!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5755
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

גוט צו זיין גוט האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
אם מזרע היהודים מרדכי אשר החילות לנפול לפניו לא תוכל לו, כי נפול תפול לפניו.
ת'הא ש'נת פ'ראקטיש ג'ערעדט.
ישר כוח!
אה הא, זייער שיין.
א גרויסן שכח
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 08, 2022 7:04 pm

Re: נ.י. טיימס פובליצירט העסליכע ארטיקל קעגן חסידים און ישיבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גרויסן שכח »

wow!!!
שטארק שטארק!!!
א גרויסן שכח!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”