ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט

טעכנישע סייט הילף און אפדעיטס

אחראי: אחראי

אידישע וועלט
Site Admin
תגובות: 436
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 07, 2007 3:43 pm

ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע וועלט »

ברוך שהחיינו וקיימנו הגיענו לזמן הזה!

ענדליך, איז דער לאנג ערווארטעטער אפדעיט דא...

דער אפדעיט איז א זאך אויף וואס מיר קוקן שוין אלע אזוי לאנג ארויס, און וועט פיל בענעפיטירן פאר אלע באנוצער. און ווי דער עולם האט מיטגעהאלטן איז כסדר אריינגעקומען פארלאנגען פאר פארשידענע געדאנקען וואס מען קען אלץ מוסיף זיין, און צוגעבן צום סייט בענעפיטן. אבער צוליב די שוועריגקייטן וואס דאס ציט אלץ אריין איז דאס כסדר אפגעשטופט געווארן. איז פארשטענדליך די גרויסע שמחה, אצינד ווען דאס איז ב"ה דערגרייכט געווארן.
וועל מיר יעצט איבערגיין בקוצר אמרים וואס דער אפדעיט נעמט אלץ אריין.


סייט אפדעיט:

דער סאפטוועיר פונעם סייט איז געבויט געווארן דורך דעם PHBB סיסטעם וואס האט אנטוויקלט דעם סיסטעם, און ווי יעדער טעכנאלאגישער אנטוויקלונג, קומט ביי דעם אויך כסדר ארויס פרישע אפדעיטס צום סיסטעם צו פארווישן אלטע לעכער און אפגרעידן נייע פונקציעס און באקוועמליכקייטן.
און בעצם וואלט מען געדארפט כסדר אפדעיטן דעם סייט צום נייעסטן ווערסיע.

דער פראבלעם איז אבער, אז דא רעדט מען נישט פון סתם אן עפפ, וואס מען קוועטשט 'אפדעי'ט און מען מאכט א ריסטארט און ביז פינף מינוט האסטו אלע אפדעיטס אינסטאלירט. מען רעדט דא פון א פארצווייגטע קאפליצירטע סייט, וואס פארמאגט דערינטער קאמפליצירטע סקריפטס, און עס דארף ווערן אויסגעארבעט אז די סערווערס זאלן עס קענען פארנעמען, וואס ווי באקאנט יעדע קלייניגקייט וואס איז אומריכטיג קען גורם זיין פראבלעמען פאר שפעטער, דערפאר דארף מען זיין זייער פארזיכטיג מיט דעם. און אזוי נאך צענדליגער דעטאלן און פרטים וואס עס נעמט אלץ אריין. און דאס איז די סיבה פארוואס די זאך האט אזויפיל זיך געשלעפט.

למעשה האט זיך מיט די צייט אנטוויקלט א טיעם פון עטליכע חשוב'ע ניקס וואס האבן זיך אריינגעלייגט לתועלת הרבים, און צוביסלעך האט מען אנגעהויבן ארבעטן אז מען זאל קענען צושטאנד ברענגען דעם אפדעיט. עס האט זיך געצויגן לאנגע חדשים, מען איז געגאנגען א טריט נאך א טריט, און ב"ה יעצט האט מען ענדליך דערגרייכט דעם ציל.

דער סיסטעם איז ביז יעצט געווען אויף 3.1.8 און אצינד האט מען דאס אפגרעיטעד צו 3.3.10.

דאס אליינס ברענגט צו פילע נייע פיעטשערס, א היבש געשמאקערע אויסשטעל, און פארדעקט פארשידענע לעכער וואס זענען געווען ביז יעצט.
אלס א בלויזער ביישפיל: ביז יעצט ווען מען האט באקומען א נאטיפיקאציע אויף א באריכט איז עס געווען ווי א טויטע זאך, מען האט נישט געקענט קליקן דערויף עס צו מאכן אויס אומגעליינט. אצינד איז דאס א לינק צום ארט פון די באריכטעטע תגובה.
ווי אויך, האט דער סיסטעם ביז יעצט נישט סופארטעט קיין אלגעמיינע עמאודזשיס, א זאך וואס קומט צו מיט'ן נייעם אפדעיט.

צוגאבן:

און צוגאב צום אפדעיט קומט צו נאך א גרויסע צאל באקוועמליכקייטן, וואס מען דארף באזונדער צולייגן צום סיסטעם. בעצם איז יעדער פון זיי א זאך פאר זיך, נאר היות די אלע צוגאבן קענען בדרך כלל זיין בלויז אויף די נייערע סיסטעם, ממילא איז דער אפדעיט געווען א שטער פון דאס צולייגן ביז יעצט, און אצינד וועט מען דאס קענען ערמעגליכן.

בעצם איז געווען דער פלאן אריינצולייגן די אלע בענעפיטן שוין גלייך אינעם אפדעיט, און מאכן טאקע אלעס אויפאמאל. נאר אזויווי מען האט געזען אז די אלע זאכן נעמען אויף צייט, און עס איז א שאד אז מען זאל צוריקהאלטן דעם גאנצן אפדעיט צוליב דעם, איז געבליבן אז צוערשט וועט מען ארבעטן אויפ'ן אפדעיט, און מיט דעם אריינלייגן די געציילטע גאר וויכטיגע זאכן, און במשך הימים וועט מען צולייגן די אנדערע זאכן לויט'ן פארלאנג.

פאלגנד זענען די צוגאבן וואס קומען מיט בנוסף צום סייט אפגרעיד:

דאנק קנעפל:


דער פארלאנג פאר א דאנק קנעפל גייט שוין צוריק יארן לאנג, עס זענען פארהאנען פילע ניקס וואס געבן זיך באמת אוועק לזכות הרבים, און נישט אלעמאל קען מען דאס גענוג ארויסברענגען און באדאנקען, און עס קען זיך צומאל שפירן ווי ס'איז נישטא קיין אנערקענונג. א דאנק קנעפל וועט ערמעגליכן זיך צו באדאנקען אפי' אין פאל וואס מען קען נישט שרייבן א תגובה.

דער דאנק קנעפל געפינט זיך אויבן פון יעדער תגובה אויף די לינקע זייט, און יעדער איינגעשריבענער באנוצער קען זיך באדאנקען פאר סיי וועלכע תגובה דורכ'ן קליקן אויפ'ן אייקאן.

מען קען אויך זען די סך הכל דאנקען וואס א ניק האט געגעבן פאר אנדערע, אדער באקומען פון אנדערע. די נומערן קען מען זען אינעם באנוצער'ס פראפיל, און מען קען קליקן דערויף צו זען די אלע אקטיוועטעטן וואו מען איז אלץ באדאנקט געווארן.

שלמה המלך זאגט שוין "יהללוך זר ולא פיך", עס איז נישט עטיש אליינס זיך צו באדאנקען, דערפאר [און פאר נאך סיבות] איז אראפגענומען געווארן די פונקציע פון זיך אליינס קענען באדאנקען.

אויף יעדן דאנק וואס מען באקומט, באקומט מען א נאטיפיקאציע, אזוי קען מען וויסן אז איינער האט דיך באדאנקט. מען קען עס אויך אויסלעשן ביי די קאנטראל צימער. [דערווייל באקומט מען פאר יעדע דאנק א באזונדערע נאטיפיקאציע, און עס שטעלט נישט צוזאם פאר איין נאטיפיקאציע פאר יעדן תגובה. מיר האפן דאס צו פארריכטן ווי שנעלער.]


קלוגע ציטאטן:


נאך א וויכטיגע פיעטשער וואס מען האט צוגעלייגט איז די קלוגע ציטאטן, דאס איז אז יעדן ציטאט וואס מען מאכט ווערט דערויף אויטאמאטיש א לינק וואס פירט צום ציטירטן תגובה. דאס קומט ארויף אינעם פייל צייכן אנהייב פונעם צוטאט.
אזוי אויך דער ניק וואס ווערט ציטירט, ווערט אויך א לינק צו זיין פראפייל. און ווי אויך שטייט דערנעבן די צייט ווען די ציטירטע תגובה איז געשריבן, וואס דאס פארמיידט קאמפליקאציעס ווען איינער ציטירט אן אלטע תגובה, און מען הייבט צו קאמענטירן אויף אלטע זאכן...

נאך א זאך, אנדערש ווי ביז יעצט וואס מען פלעגט באקומען פילע נאטיפיקאציעס פון ציטירטע תגובות. [כדוגמת גא"מ וכדומה, ווען מען ציטירט איינער דעם צווייטן עטליכע מאל אין איין צי]. וועט פון היינט און ווייטער, בלויז דער לעצטער באקומען א נאטיפיקאציע.

שפראך:

אלס א גרויסער פראיעקט און א זייטיגער טייל פונעם אפדעיט, האט מען אריינגעלייגט גרויסע כוחות איבערצוגיין די גאנצע שפראך פונעם סייט, וואס האט געהאט פילע טעותים און צומאל אומפארשטענדליכע איבערזעצונגען, און מען האט דאס אלעס פארבעסערט און פארשענערט, קלאר און געשמאק. אן ארבעט וואס האט זיך געצויגן וואכן און חדשים.

בנוסף לזה, האט מען צום ערשטן מאל איבערגעטייטשט די 'אפט געפרעגטע פראגן' צו אידיש. שאלות וואס מען באגענגט זיך כסדר נאכאמאל און נאכאמאל, וועט פון היינט זיך געפינען אויף יעדן בלאט א לינק צו אלע ענטפערס אויף א קלארער שפראך. וזאת למודיע, אז צוליב די פיל ארבעט וואס דאס נעמט אריין, פעלט נאך אויס געוויסע תיקונים דא דארטן, אבער אזויווי מיר ווילן דאס נישט צוריקהאלטן פונעם ציבור, לייגן מיר עס ארויס מיט'ן אפדעיט, און מיר האפן עס צו פארענדיגן אין די קומענדיגע תקופה.

אזוי אויך די אימעילס וואס ווערן ארויסגעשיקט דורכ'ן סיסטעם, ווערט אצינד איבערגעארבעט אויף אידיש, און אין א קורצע צייט וועט דאס בעזר ה' ארויפגעלייגט ווערן אויפ'ן סיסטעם.

כשם שאי אפשר לבר בלי תבואה כך אי אפשר לספר בלי שגיאות, ווי פארשטענדליך איז נישט מעגליך אז עס זאלן נישט פארט אריינפאלן געוויסע טעותים, און מען קען אלעמאל מאכן די לשונות נאך קלארער און באקוועמער, בעטן מיר אז אויב מערקט איר טעותים, לאזט אייך הערן אינעם אשכול וואס מען וועט דעזיגנירן ספעציעל פאר דעם, און מען וועט עס בעז"ה פארריכטן.

דווח אפציעס:

נאך א רינגעלע אין די קייט פון די נייע שפראך פארריכטונגען, איז דאס גענצליך איבערמאכן אלע אפציעס וואס קומען ארויף ביים באריכטן א תגובה, און צולייגן עטליכע פרישע אפציעס, דאס צו מאכן מער פארשטענדליך סיי פאר די באריכטערס און סיי פאר די חשוב'ע אחראים.

און אין די צייט איז כדאי אויסצושמועסן עטליכע ווערטער איבער די באריכטן, וואס די אחראים האבן איבערגעגעבן ביים איבערשמועסן די אפציעס.
ראשית, מאנכע קוקן אן דאס באריכטן אלס אן אומאנגענעמע אקט, א שטייגער ווי א "מסור קעצל", למעשה ברויך מען אבער צו פארשטיין, אז פונקט ווי יעדער אייוועלט באנוצער פארשטייט אז עס פאדערט זיך אחראים וואס זאלן האלטן זאכן אויפ'ן העכסטן און ריינסטן שטאפל, די זעלבע זאגן די אחראים, איז נישט מעגליך זיי זאלן טון זייער ארבעט גענצליך אליינס, נישט אלעמאל באמערקן זיי דעם סיטואציע, און נישט אלעמאל כאפן זיי אויף אז עפעס גייט פאר. דערפאר איז אן אחריות אויף יעדן איינעם, צו באריכטן אויב מען זעט עפעס. ווי זאגט מען אין ניו יארק? אויב איר זעט עפעס, זאגט עפעס...

צווייטנס, די אחראים זענען נישט קיין מלאכים און אויך נישט קיין נביאים, פון א בלויזער דווח - אויסגעוועלט דעם ערשטן אפציע וואס מען טרעפט, וועט דער אחראי אפט מאל נישט כאפן אפילו וואס יענער האט געזען דא פאר אומריכטיג. דערפאר איז אלעמאל כדאי ארויסצושרייבן מיט קלארע ווערטער, וואס דער פראבלעם איז, איז וואס מען וויל עס זאל געטון ווערן. עס פעלט נישט אויס א גאנצער אריכות, דער עיקר עס זאל זיין קורץ און שארף, און צום פינטל.

נאך א נקודה, צומאל איז דא אז איינער שרייבט עפעס בטעות, און ער פארריכט דעם תגובה איבערלאזנדיג א בלויזער פינטל. אזוינע סארט תגובות, פעלט נישט אויס צו באריכטן, און עס פארשווערט בלויז די ארבעט פון די אחראים, זיך לייגנדיג צולאסט אויף זיי. אין אזא פאל, זאל מען דאס פשוט לאזן לויפן, און ווען אן אחראי וועט דאס באמערקן, וועט ער דאס שוין אליינס פארריכטן.

באהאלט מיין ניק:



דאס איז אן אפציע וואס פילע האבן דאס שוין פארלאנגט. צוליב חששות איבער גילוי וויל מען נישט אז דער ניק נאמען זאל שטיין אויפגעשריבן אויפ'ן סקרין אז יעדער וואס שפאצירט דורך זאל אים קענען אידענטיפיצירן. עס איז שוין צוגעשטעלט געווארן ביז יעצט דורכ'ן מאביל עפפ אדער דער קראום עקסטענשאן, אבער אצינד ווערט עס א סעטינג אין סייט פרעפערענצן אינעם באנוצער קאנטראל צימער פאר יעדן איינעם.

ועוד ידינו נטוי':



ווי דערמאנט איז דאס בלויז דער אנהייב, וואס ווערט צוגעלייגט יעצט אויף דער מינוט.
אבער דער עיקר איז נישט די פיעטשערס וואס קומען יעצט צו, נאר דער חלק אז מען עפנט די טיר צו פילע פרישע קלענערע און גרעסערע אפדעיטס וואס וועלן בעזר ה' נאכפאלגן אין די קומענדיגע וואכן און מאנאטן. וואס אצינד נאכ'ן אפדעיט ווערט עס ערמעגליכט צוצולייגן שנעל און גרינג און מיר וועלן דאס צולייגן בעז"ה בהמשך הזמן.

צווישן די זאכן וואס מען קלערט צוצולייגן מיט די צייט, רעכנט זיך:

בעסערע סורטש מעגליכקייטן.
גוגל סורטש (אפילו אן די עקסטענשאן).
מעגליך א גענצליך איבערגעמאכטע סייט דעזיין.
א גרעסערע לימיט פאר ווי גרויס אטעטשמענטס קענען זיין.
צו קענען דערמאנען אנדערע ניקס אין א @מענשאן טעג, זיי זאלן באקומען א נאטיפיקאציע.
אויטאמאטישע פייל ריסייזער צו אפלאודן גרעסערע פיילס, פאר אוועטארס און תגובה אטעטשמענטס.
ועוד ועוד...

דאס אלעס וועט זיך ווענדן לויט די פידבעק וואס מען וועט הערן פונעם ציבור, און וויאזוי דער איצטיגער אפדעיט וועט זיך שטעלן אין פלאץ.

ווי פארשטענדליך קען זיך נאך אנהייב מאכן פארשידענע אומפאראויסגעזעענע פראבלעמען און שוועריגקייטן, אונזערע עסקנים זענען כסדר גרייט צו שטעלן זאכן און פלאץ אין פאל עפעס פאסירט.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 19048
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

וואף!!!

נעקסט לעוועיל דעיס!!!

שכח פאר אלע וואס האבן געהאט א חלק אין דעם!!!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
אוועטאר
ענדשוי
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 3:26 pm
לאקאציע:אינעם מיסט קאסטן

Re: ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדשוי »

אידישע וועלט האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 1:02 pm

ועוד ידינו נטוי':



ווי דערמאנט איז דאס בלויז דער אנהייב, וואס ווערט צוגעלייגט יעצט אויף דער מינוט.
אבער דער עיקר איז נישט די פיעטשערס וואס קומען יעצט צו, נאר דער חלק אז מען עפנט די טיר צו פילע פרישע קלענערע און גרעסערע אפדעיטס וואס וועלן בעזר ה' נאכפאלגן אין די קומענדיגע וואכן און מאנאטן. וואס אצינד נאכ'ן אפדעיט ווערט עס ערמעגליכט צוצולייגן שנעל און גרינג און מיר וועלן דאס צולייגן בעז"ה בהמשך הזמן.

צווישן די זאכן וואס מען קלערט צוצולייגן מיט די צייט, רעכנט זיך:

בעסערע סורטש מעגליכקייטן.
גוגל סורטש (אפילו אן די עקסטענשאן).
מעגליך א גענצליך איבערגעמאכטע סייט דעזיין.
א גרעסערע לימיט פאר ווי גרויס אטעטשמענטס קענען זיין.
צו קענען דערמאנען אנדערע ניקס אין א @מענשאן טעג, זיי זאלן באקומען א נאטיפיקאציע.
אויטאמאטישע פייל ריסייזער צו אפלאודן גרעסערע פיילס, פאר אוועטארס און תגובה אטעטשמענטס.
ועוד ועוד...

דאס אלעס וועט זיך ווענדן לויט די פידבעק וואס מען וועט הערן פונעם ציבור, און וויאזוי דער איצטיגער אפדעיט וועט זיך שטעלן אין פלאץ.

ווי פארשטענדליך קען זיך נאך אנהייב מאכן פארשידענע אומפאראויסגעזעענע פראבלעמען און שוועריגקייטן, אונזערע עסקנים זענען כסדר גרייט צו שטעלן זאכן און פלאץ אין פאל עפעס פאסירט.
ווי פארשטענדליך זאל מען צולייגן די אלע אפציעס... און נישט ווארטן אויפן עולם'ס פידבעק
ווען די ווילסטעך באדאנקן אויף א ארטיקל וואס איך האב געשריבן, ביטע לאזט דיר הערן דורך א תגובה.

בילד
[email protected]
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4948
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

שפראכלאז׳זזזזזזזזזזזזז יישר כח
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
מעכיל בן רעכיל
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 19, 2022 6:18 pm
לאקאציע:זאג אמר ר' בנימין וועסטו מיר טרעפן

Re: ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכיל בן רעכיל »

א גרויסן ישר כח פאר די באריכט, אויב מעגליך פאר מיר איז גאר געשמאק די יעצטיגע סייט דעזיין אין איך מיין אז מ'דארף עס נישט רידישיינען און פשוט צימישן די עולם
און אויך אז מ'זאל קענען לייגן גרעסערע סייז אוועטארס (סייזמיין איך צי זאגן וויפיל פיקסעלס עס קען האבן) אין א גרויסן ישר כח פאר די אפדעיט.....
אוועטאר
ערד עפל
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד עפל »

דאס אז נאר דער לעצטע פון די ציטירטע וועט באקומען א נאטיפיקאציע איז א שאד, ווייל צומאל האלט מען אינמיטן א שמועס און איך וויל זען אז עס האט זיך ווייטער געצויגן.
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

W O W
יישר כחכם!
וויאזוי הויבט איר נאר אן?
ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע:דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

Re: ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

מויערדיג! א גרויסן שכח.
גמרא ניגון
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 9:06 pm

Re: ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גמרא ניגון »

א ריזן יישר כח
א קליינע הערה איך מיין עס וואלט געווען וויכטיג מען זאל קענען זעהן ווער עס האט געלייקט די תגובה
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע:דא
פארבינד זיך:

Re: ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

Wow! א ריזין שכח פאר אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן
אידישע וועלט האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 1:02 pm
ברוך שהחיינו וקיימנו הגיענו לזמן הזה!

דער סיסטעם איז ביז יעצט געווען אויף 3.1.8 און אצינד האט מען דאס אפגרעיטעד צו 3.3.10.

דאס אליינס ברענגט צו פילע נייע פיעטשערס, א היבש געשמאקערע אויסשטעל, און פארדעקט פארשידענע לעכער וואס זענען געווען ביז יעצט.
אלס א בלויזער ביישפיל: ביז יעצט ווען מען האט באקומען א נאטיפיקאציע אויף א באריכט איז עס געווען ווי א טויטע זאך, מען האט נישט געקענט קליקן דערויף עס צו מאכן אויס אומגעליינט. אצינד איז דאס א לינק צום ארט פון די באריכטעטע תגובה.
ווי אויך, האט דער סיסטעם ביז יעצט נישט סופארטעט קיין אלגעמיינע עמאודזשיס, א זאך וואס קומט צו מיט'ן נייעם אפדעיט.
איך פארשטיי נישט וואס דא שטייט, איינער קען מסביר זיין ביטע?
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע:דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

Re: ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

גמרא ניגון האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 1:44 pm
א ריזן יישר כח
א קליינע הערה איך מיין עס וואלט געווען וויכטיג מען זאל קענען זעהן ווער עס האט געלייקט די תגובה
מען קען זעהן
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

גמרא ניגון האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 1:44 pm
א ריזן יישר כח
א קליינע הערה איך מיין עס וואלט געווען וויכטיג מען זאל קענען זעהן ווער עס האט געלייקט די תגובה
לייג דיין מייזל אויפן דאנק קנעפל וועסטו קענען זעהן
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

אידישע וועלט האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 1:02 pm

קלוגע ציטאטן:


נאך א וויכטיגע פיעטשער וואס מען האט צוגעלייגט איז די קלוגע ציטאטן, דאס איז אז יעדן ציטאט וואס מען מאכט ווערט דערויף אויטאמאטיש א לינק וואס פירט צום ציטירטן תגובה. דאס קומט ארויף אינעם פייל צייכן אנהייב פונעם צוטאט.
אזוי אויך דער ניק וואס ווערט ציטירט, ווערט אויך א לינק צו זיין פראפייל. און ווי אויך שטייט דערנעבן די צייט ווען די ציטירטע תגובה איז געשריבן, וואס דאס פארמיידט קאמפליקאציעס ווען איינער ציטירט אן אלטע תגובה, און מען הייבט צו קאמענטירן אויף אלטע זאכן...

נאך א זאך, אנדערש ווי ביז יעצט וואס מען פלעגט באקומען פילע נאטיפיקאציעס פון ציטירטע תגובות. [כדוגמת גא"מ וכדומה, ווען מען ציטירט איינער דעם צווייטן עטליכע מאל אין איין צי]. וועט פון היינט און ווייטער, בלויז דער לעצטער באקומען א נאטיפיקאציע.

גוטע געדאנק דאס!!
כ'קאן נאר נישט טרעפו די לינק וואס דארף פירן צום צוטירטן תגובה.
ווי ברויך עס צו זיין?
אוועטאר
א הייסע קאווע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 4:52 pm
לאקאציע:מער אין בית מדרש אבער אויך אין ביזנעס (און ווי נישט?)
פארבינד זיך:

Re: ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א הייסע קאווע »

שמחה ונחת האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 1:52 pm
אידישע וועלט האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 1:02 pm

קלוגע ציטאטן:


נאך א וויכטיגע פיעטשער וואס מען האט צוגעלייגט איז די קלוגע ציטאטן, דאס איז אז יעדן ציטאט וואס מען מאכט ווערט דערויף אויטאמאטיש א לינק וואס פירט צום ציטירטן תגובה. דאס קומט ארויף אינעם פייל צייכן אנהייב פונעם צוטאט.
אזוי אויך דער ניק וואס ווערט ציטירט, ווערט אויך א לינק צו זיין פראפייל. און ווי אויך שטייט דערנעבן די צייט ווען די ציטירטע תגובה איז געשריבן, וואס דאס פארמיידט קאמפליקאציעס ווען איינער ציטירט אן אלטע תגובה, און מען הייבט צו קאמענטירן אויף אלטע זאכן...

נאך א זאך, אנדערש ווי ביז יעצט וואס מען פלעגט באקומען פילע נאטיפיקאציעס פון ציטירטע תגובות. [כדוגמת גא"מ וכדומה, ווען מען ציטירט איינער דעם צווייטן עטליכע מאל אין איין צי]. וועט פון היינט און ווייטער, בלויז דער לעצטער באקומען א נאטיפיקאציע.

גוטע געדאנק דאס!!
כ'קאן נאר נישט טרעפו די לינק וואס דארף פירן צום צוטירטן תגובה.
ווי ברויך עס צו זיין?
1246.JPG
1246.JPG (62.01 KiB) געזען 3947 מאל
בילד
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 19048
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

אידישע וועלט האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 1:02 pm
ברוך שהחיינו וקיימנו הגיענו לזמן הזה!

ענדליך, איז דער לאנג ערווארטעטער אפדעיט דא...

דאנק קנעפל:
,

[דערווייל באקומט מען פאר יעדע דאנק א באזונדערע נאטיפיקאציע, און עס שטעלט נישט צוזאם פאר איין נאטיפיקאציע פאר יעדן תגובה. מיר האפן דאס צו פארריכטן ווי שנעלער.]


👍
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

Rak Tov האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 1:48 pm
Wow! א ריזין שכח פאר אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן
אידישע וועלט האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 1:02 pm
ברוך שהחיינו וקיימנו הגיענו לזמן הזה!

דער סיסטעם איז ביז יעצט געווען אויף 3.1.8 און אצינד האט מען דאס אפגרעיטעד צו 3.3.10.

דאס אליינס ברענגט צו פילע נייע פיעטשערס, א היבש געשמאקערע אויסשטעל, און פארדעקט פארשידענע לעכער וואס זענען געווען ביז יעצט.
אלס א בלויזער ביישפיל: ביז יעצט ווען מען האט באקומען א נאטיפיקאציע אויף א באריכט איז עס געווען ווי א טויטע זאך, מען האט נישט געקענט קליקן דערויף עס צו מאכן אויס אומגעליינט. אצינד איז דאס א לינק צום ארט פון די באריכטעטע תגובה.
ווי אויך, האט דער סיסטעם ביז יעצט נישט סופארטעט קיין אלגעמיינע עמאודזשיס, א זאך וואס קומט צו מיט'ן נייעם אפדעיט.
איך פארשטיי נישט וואס דא שטייט, איינער קען מסביר זיין ביטע?
די איינציגסטע וועג ביז יעצט פאר א באריכטעטע תגובה זאל ווערן ווי געליינט געווען אדער פארצייכן אלע נאטיפיקאציעס ווי געליינט, אדער די טשעק ביי די זייט.

אויב האט מען נישט געדענקט פון וועלכע באריכט מען רעדט, איז נישט געווען וואס צו טון. יעצט איז די נאטיפיקאציע אז דער באריכט איז געווארן פארשפארט, א לינק אהין.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע:דא
פארבינד זיך:

Re: ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

איל משולש האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 2:04 pm
Rak Tov האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 1:48 pm
Wow! א ריזין שכח פאר אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן
אידישע וועלט האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 1:02 pm
ברוך שהחיינו וקיימנו הגיענו לזמן הזה!

מען האט נישט געקענט קליקן דערויף עס צו מאכן אויס אומגעליינט.
איך פארשטיי נישט וואס דא שטייט, איינער קען מסביר זיין ביטע?
די איינציגסטע וועג ביז יעצט פאר א באריכטעטע תגובה זאל ווערן ווי געליינט געווען אדער פארצייכן אלע נאטיפיקאציעס ווי געליינט, אדער די טשעק ביי די זייט.

אויב האט מען נישט געדענקט פון וועלכע באריכט מען רעדט, איז נישט געווען וואס צו טון.יעצט איז די נאטיפיקאציע אז דער באריכט איז געווארן פארשפארט, א לינק אהין.
אהא, די ווערטער איז אבער נישט ריכטיג ווייל מען האט געקענט דריקן די לינקע זייט צו מאכן געליינט.

וואס מיינט דיינע ווערטער וואס איך האב געמאכט באלד?
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

https
ברוכים הבאים

נישט געווען ביז היינט
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

Rak Tov האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 2:10 pm
איל משולש האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 2:04 pm
Rak Tov האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 1:48 pm
Wow! א ריזין שכח פאר אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן
אידישע וועלט האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 1:02 pm
ברוך שהחיינו וקיימנו הגיענו לזמן הזה!

מען האט נישט געקענט קליקן דערויף עס צו מאכן אויס אומגעליינט.
איך פארשטיי נישט וואס דא שטייט, איינער קען מסביר זיין ביטע?
די איינציגסטע וועג ביז יעצט פאר א באריכטעטע תגובה זאל ווערן ווי געליינט געווען אדער פארצייכן אלע נאטיפיקאציעס ווי געליינט, אדער די טשעק ביי די זייט.

אויב האט מען נישט געדענקט פון וועלכע באריכט מען רעדט, איז נישט געווען וואס צו טון.יעצט איז די נאטיפיקאציע אז דער באריכט איז געווארן פארשפארט, א לינק אהין.
אהא, די ווערטער איז אבער נישט ריכטיג ווייל מען האט געקענט דריקן די לינקע זייט צו מאכן געליינט.

וואס מיינט דיינע ווערטער וואס איך האב געמאכט באלד?
א דוגמא פארוואס איינער זאל וועלן קליקן אויפן נאטיפיקאציע און אנקומען צום באריכטעטן תגובה.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

יישר כח גדול פאר אלע עוסקים בדבר! אייוועלט איז ארויף א דרגה!

(דאס איז חוץ די לייק וואס כ'האב שוין געגעבן...)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5210
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יישר כח פאר'ן נייעם הערליכן סייט.

כ'האב נאכנישט אלעס געזען, אבער דריי זאכן זענען מיר גאר געשמאק: 1. דער לייק קנעפל. 2. דער לינק אין יעדן ציטאט צו דער אריגינעלער תגובה. 3. אז דער בלאט לאודט זיך שנעל.

נאך א זאך האב איך באמערקט, אז מ'קען שיקן א תגובה דורך Ctrl + Enter. אבער דאס ארבעט נישט ביי "שנעלע תגובה".

א דאנק אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן!
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום זונטאג פעברואר 19, 2023 2:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2676
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

גרשון האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 2:24 pm
יישר כח פאר'ן נייעם הערליכן סייט.

כ'האב נאכנישט אלעס געזען, אבער דריי זאכן זענען מיר גאר געשמאק: 1. דער לייק קנעפל. 2. דער לינק אין יעדן ציטאט צו דער אריגינעלער תגובה. 3. אז דער בלאט לאודט זיך שנעל.

א דאנק אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן!
גא’’מ.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
ס'גוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 15, 2021 2:16 pm
לאקאציע:קיאסק

Re: ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'גוט »

שמחה ונחת האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 1:50 pm
גמרא ניגון האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 1:44 pm
א ריזן יישר כח
א קליינע הערה איך מיין עס וואלט געווען וויכטיג מען זאל קענען זעהן ווער עס האט געלייקט די תגובה
לייג דיין מייזל אויפן דאנק קנעפל וועסטו קענען זעהן
הניחא לקאמפיוטערס אבל לטעבלעטס שאין להם עכבר מאי איכא למימר?
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1205
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

ס'גוט האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 2:28 pm
שמחה ונחת האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 1:50 pm
גמרא ניגון האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 1:44 pm
א ריזן יישר כח
א קליינע הערה איך מיין עס וואלט געווען וויכטיג מען זאל קענען זעהן ווער עס האט געלייקט די תגובה
לייג דיין מייזל אויפן דאנק קנעפל וועסטו קענען זעהן
הניחא לקאמפיוטערס אבל לטעבלעטס שאין להם עכבר מאי איכא למימר?
גאמ בדליכא עכבר
אוועטאר
בסתיק
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 4:30 pm

Re: ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסתיק »

א גרויסן יישר כח פאר אלעס,
דער רבש''ע זאל אייך שענקען מיט אלעם גוט'ס,
דער זכות פון ברענגען א פלאץ פאר יידן זיי זאלן זיך קענען ארויס געבן זאל אייך ביי שטיין אויף אייביג,
לחידודא

אויס שארפן אביסל די קאפ
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנישע ווינקל”