די גאלדענע קינדער יארן פון...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

די גאלדענע קינדער יארן פון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

"גיב אהער דיין האנט!" האט דער מלמד געשריגן.
דאס קינד האט געגעבן.
"שעמסט זיך נישט?" האט ער ווייטער געשריגן, אויפהייבנדיג דעם שטעקן אין די הייך.
דאס קינד האט נישט פונקטליך פארשטאנען וואס ער דארף ענטפערן, איז ער געבליבן שטיל, ווארטנדיג פאר דאס קומענדע וואס האט נישט געשפעטיגט צו קומען.

דער מלמד האט אויפגעהויבן דעם שטעקן, און דאס אראפגעלאזט מיט גרויס שנעלקייט צום ריכטונג פונעם אויסגעשטרעקטן האנט, וואס האט זיך אינסטינקטיוו אוועקגערוקט פון ארט א רגע איידער דער שטעקן האט געזאלט לאנדן דערויף.
"מחוצף!" איז דער מלמד ארויף א טאן.
"פארוואס?" האט דאס קינד נישט פארשטאנען.
"דו האסט אוועקגערוקט דיין האנט נאך פאר דער שטעקן איז אנגעקומען צו דיר!"
"ס'ווענדט זיך וויאזוי מ'קוקט." איז דאס אינגל נישט דערשראקן געווארן. "אויב מ'נעמט אן אז די צייט אויפ'ן שטעקן איז געלאפן שטייטער וויבאלד ס'האט זיך גערוקט גאר שנעל, קומט אויס אז לגבי מיין האנט איז דער שטעקן שוין באמת געווען אויף מיין האנט ווען איך האב עס אוועקגערוקט, ניין?"

דער מלמד איז צומישט געווארן פאר א רגע, אבער זיך באלד אריענטירט. "זאג, דו ביסט אראפגעפאלן פון די לבנה?"
"ניין!" האט דאס קינד געענטפערט אן טראכטן. "ווען איך וואלט אראפגעפאלן פון די לבנה, וואלט דאך די צייט פאר מיר געלאפן מיט ארום פינף אין פערציג מייקרא-סעקונדעס שנעלער, ווייל דארט איז דאך דא סאך ווייניגער גראוויטי, איז אויב וואלט איך באמת געוואלט אוועקשלעפן מיין האנט איידער דער שטעקן קומט אן דארט, וואלט איך עס געדארפט טוהן נאך פריער ווי איך האב דאס יעצט געטוהן, ווייל דער שמיץ וואלט דאך אנגעקומען צו מיינע הענט א טראפ פריער, ניין?"

"ביסטו אויפ'ן קאפ געפאלן?" איז דער מלמד ארויס פון די כלים.
"בעצם נישט," האט דאס קינד אנגעהויבן, "דאס מיינט אז אינעם יעצטיגן עבר איז דאס נאכנישט געשען, אבער לאמיר זאגן אז איין טאג וועט פאר איינעם געלונגען צו פליען שנעלער ווי 186,000 מייל פער סעקונדע, און ער וועט מיר באיזה אופן מאכן פאלן אויפ'ן קאפ, וועט דאס לכאורה יא אריינגיין אין עבר, ניין?"

"דו האסט אן אהנונג וואס דו אליין רעדסט יעצט דא צאם?"
"קודם כל, פאסט נישט צו זאגן דערויף 'יעצט'," האט אים דאס קינד פארראכטן. "ווייל ווען דו הערסט עס, איז דאס שוין נאכדעם וואס איך האב דאס געזאגט. קול כוואליעס פארן בערך 1,100 פוס פער סעקונדע, איז לאמיר זאגן אז דיינע אויערן זענען אפגערוקט פון מיין מויל מיט איין פוס, נעמט עס בערך טויזנט מיקרא-סעקונדעס ביז דאס וואס איך רעד 'יעצט' צאם, דערגרייכט דיינע אויערן. און אפילו ווען דו זעסט מיין ליפן זיך שאקלען, איז דאס שוין אויך נאכדעם וואס איך האב דאס געטוהן. ס'נעמט דאך א וויילע ביז די ליכט שטראלן קלאפן זיך אן אין דיינע אויגן, ניין?"

"אקעי! גענוג מיט דיינע מעשיות! גיי שוין ארויס פון קלאס!"
דאס אינגל האט אנגעהויבן שטעלן לאנגזאמע טריט.
"שנעלער!" האט אים דער מלמד צוגעיאגט.
דאס אינגל האט זיך צוריקגעדרייט, צומישט. "וואס טוה איך אויף אויב איך גיי שנעלער? די צייט וועט דאך דעמאלטס פאר מיר גיין שטייטער, וועל איך אנקומען אינדרויסן די זעלבע רגע ווי ווען איך גיי לכתחילה לאנגזאם, ניין?"

"ארויס! ארויס, און שוין!" איז דער מלמד ווילד געווארן.
אבער נישט דאס אינגל. "אויב די סיבה פארוואס דו שרייסט איז כדי די שטימע כוואליעס זאלן אנקומען צו מיר שנעלער, וואלט שוין געווען ענדערש צו זאגן דעם זאץ אויף א הויכן טאן אין פריקווענסי, נישט בלויז א שטימע וואס הערט זיך פשוט העכער צום אויער, ניין?"
"גיי צו דער מנהל, מחוצף! די רגע!"
"דאס איז נישט מעגליך אויסצופירן, רבי." האט דאס קינד גע'טענה'ט. "ווייל ווען איך הער דיך זאגן "די רגע", איז שוין לאנג נאך די רגע פון ווען דו האסט דאס באפוילן, ניין?"
"דו ווילסט איך זאל דיך ארויסשטופן מיט געוואלד?" האט דער מלמד געסטראשעט.
"דו מיינסט צו זאגן אז אויב איך וויל דו זאלסט מיר ארויסשטופן מיט געוואלד, גייט דאס טאקע געשען? אקעי, דאס איז שוין א טעאריע וואס מ'קען נישט פעסטשטעלן, ווייל לאמיר זאגן אז איך וויל דו זאלסט מיר ארויסשטופן מיט געוואלד, איז קען טאקע זיין אז מיין ווילן איז וואס עס האט גורם געווען וואס זאל געשען, אבער פון דער צווייטער זייט קען זיין אז מיין ווילן האט בלויז געשטופט מיין פאנטאזיע זיך פארצושטעלן כאילו דו שטופסט מיך ארויס מיט געוואלד, ניין?"

"דו ווייסט, איך האב נאך קיינמאל נישט באגעגנט אזא מאדנע בריה ווי דיר אויפ'ן וועלט!" איז שוין דער מלמד אריבער צו פערזענליכע טשעפערייען.
דאס קינד האט זיך צושמייכלט. "אויבנאויף קוקט דאס אויס ווי א גוטע סברא, נעמענדיג אין באטראכט דעם פאקט אז אויפ'ן וועלט וואוינען בלויז א קארגע זיבן ביליאן מענטשן, לעומת די פערציג טריליאן ניוראן צעלן אין מיין מוח וואס יעדע רגע קען איינער פון זיי גיין ראנג, און איך ווער באמת מאדנע, אבער לכאורה האסטו פארגעסן אז די אלע זיבן ביליאן מענטשן פארמאגן אויך א מספר פון פערציג טריליאן ניוראן'ס אין מוח. איז אויב אזוי האב איך נישט מער שאנסן פון זיי צו זיין מאדנע, ניין?"

"דו בויסט דא בנינים אין דער לופטן, דו ווייסט?"
דאס קינד האט זיך ווידער נישט פארלוירן. "אין דעם גראדע ביסטו יא גערעכט, נעמענדיג אין באטראכט וויפיל סארטן גאזן געפונען זיך אין אונזער לופט, אנגעהויבן פון היידראזשין, ניידראזשין, קארבאן דיאקסייד, אקסיזשען, וכו' וכו', וואס אן זיי וואלטן דאך די אלע מענטשן וואס האבן געבויט די אלע בנינים וואס אונז זעען דא, נישט געקענט לעבן. קומט אויס אז בנינים זענען יא געבויט אויף לופט, ניין?"

"אקעי, גענוג!" האט דער מלמד שוין געוואלט שליכטן דעם אומאנגענעמען ויכוח, "תכלית, וואס האסטו אויפגעטוהן מיט דיינע אלע טעאריעס? זערא!"
"שכוח פאר'ן קאמפלימענט. כ'ווייס נישט צי דו כאפסט, אבער דער זערא איז גראדע פון די גרעסטע אויפטוהונגען פון די דעסימאל ציילונגס סיסטעם. אן דעם זערא וואלטסטו געדארפט סך לענגער רעכענען ביי יעדע הויכע נומער," און שטילערהייט האט דאס קינד צוגעלייגט: "און איך גלייב נישט אז דו, מיט דיין פלאטשיגן מוח וואלטסט עס געקענט באווייזן..."

פאר'ן מלמד איז דאס שוין געווען צופיל. "גענוג מיט דיינע תירוצים! איך וויל אז די רגע וואס דו הערסט מיט דיינע אויערן אז איך הייס דיך גיין צו דער מנהל, זאלסטו זיכער מאכן צו זיין דארט ווי שנעלער!"
"אפשר בין איך שוין יעצט ביי דער מנהל?" האט דאס קינד באשלאסן אריבערצוגיין צו קוואנטום פיזיקס.
"ניין! דו ביסט דאך דא!" האט דער מלמד נישט פארשטאנען דעם פשט פונעם נייעם זשאוק.
"גערעכט, אבער ביי סוב-אטאמישע פארטיקלס איז דאס בכלל נישט קיין פראבלעם. איך קען זיין סיי דא, און סיי ביים מנהל, ניין?"
דער מלמד האט אויסגעשאסן אין א געלעכטער. "דו קוקסט אויס ביי דיר ווי א סוב-אטאמישע פארטיקל?"
"ניין, אבער פון וואס דען בין איך צאמגעשטעלט, אויב נישט פון אטאמען, און ממילא פון סוב-אטאמישע פארטיקלס? איז אויב אלע מיינע סוב-אטאמען קענען זיך געפינען אויף מער ווי איין פלאץ אויפאמאל, פארוואס זאל איך נישט קענען זיין מיט מיין גאנצן גוף אינאיינעם מיט זיי? ניין?"
"ניין!" האט זיך דער מלמד געפריידט אז ער קען מיט עפעס אפפרעגן דעם יונגן עזות פנים. "והא ראי', ס'איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא זאך, אז אן אביעקט צאמגעשטעלט פון גאנצע אטאמען זאל זיך געפינען אויף מער ווי איין פלאץ אויפאמאל!"
"יוי, דו האסט פארגעסן אז ביי קוואנטום פיזיקס איז נישטא קיין עבר מיט קיין עתיד! אפשר איין טאג וועט למפרע יא זיין אזא זאך! ניין?"
"ניין! אבער ווען דו רעדסט פונעם אביעקט צאמגעשטעלט פון גאנצע אטאמען, איז דאך יא דא עבר מיט עתיד!? און ממילא קען איך דיך יא אויפווייזן אז ס'איז נאך באמת קיינמאל נישט געווען אזא זאך! זיין עבר גייט זיך נישט טוישן!"
"חכם איינער! ביי גאנצע אטאמען איז אויך נאר דא עבר מיט עתיד ווי לאנג ס'איז נאך דא ביי אים עבר מיט עתיד! איינמאל ס'וועט זיך למפרע טוישן, וועט שוין למפרע נישט זיין קיין עבר מיט קיין עתיד, אזא בחינה פון גיטו וידו באין כאחד, און ממילא וועט זיך זיין עבר טוישן צו א שטאפל וואו ער קען זיך יא געפינען אויף מער ווי איין פלאץ אויפאמאל, ניין?"
"וויפיל שטותים קען איין מענטש רעדן? נעם דיין חומש די רגע, און גיי ארויס פון דא!"

און ביים זאגן די ווערטער האט דער מלמד בטעות צי בדווקא געגעבן אן עפן אויף דעם חומש צום ערשטן בלאט וואו מ'שרייבט געווענליך דעם נאמען, אבער דא האט ער זיך געברויכט מוטשען אפירצוזוכן צווישן אנגעפירקלטע דיאגראמען און אילוסטראציעס פון שווארצע און ווייסע לעכער, דעם נאמען וואס האט דאן ארויסגעשיינט צו אים:

"פנחס גלויבער!"
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4282
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: די גאלדענע קינדער יארן פון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

וואףףף... מאסיווע דזשאב.

און צו דיר פנחס, דו ביזט דער איינציגסטע סיבה פארוואס איך רוף קול מבשר, און דו ביזט דער איינציגסטער וועם איך הער אויס דארט.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

Re: די גאלדענע קינדער יארן פון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

גא"מ. דער ארטיקל איז נישט געמיינט געווארן חלילה אפצו'חוזק'ן פון פנחס, (נישט אז ס'איז דא פארוואס, אבער שוין...) בלויז צו צייגן ווי דער עולם קען זיינע שמועסן אויסעווייניג
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2361
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: די גאלדענע קינדער יארן פון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

סארא השגחה פרטית... איך האב ממש יעצט געהאלטען אינמיטן אויסהערן פנחס' אנאליז איבער קוואנטום פיזיק'ס (ב' בלק פ"ב, כ'ווייס נישט וויאזוי צו לינקען צו ספעציפישע שמועסן/אנאליזן אויפן קו"מ וועבסייט), ווען כ'האב באמערקט דער אשכול, און אפגעשטעלט די אנאליז אויף צו ליינען דער אשכול, און הופא...


זאל עס איינער אריינשיקן פאר פנחס'ן.
אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

Re: די גאלדענע קינדער יארן פון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

למען האמת האב איך נישט געפלאנט צוצוענדיגן מיט פנחס'ן. כ'האב בלויז געשריבן פון זכרון די פאר סייענטיפישע טעאריעס וואס זענען מיר געלעגן אויפן געוויסן, אבער צום סוף האב איך מיר געכאפט אז רוב פון זיי קען איך בלויז פון על רגל אחת, האב איך באשלאסן אים צו געבן דעם קרעדיט...
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע:דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

Re: די גאלדענע קינדער יארן פון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

זייער זייער גוט ארויס געברענגט!
אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

Re: די גאלדענע קינדער יארן פון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

כ'האב אויך געפלאנט אריינצופלעכטן זיין פרישע טיפזיניגע שמועס איבער ווייסע לעכער, אבער נישט פארמאגט נערוון. אדרבה, זאל עס איינער ערגענצן.
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: די גאלדענע קינדער יארן פון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

זייער זייער שטארק.

געמיינט אז גייסט זאגן איינשטיין.

---

נישט זיכער אז יעדער קען עס אויסנווייניג. אזעלכע סייענטיסטן ווי דיר קענען.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4282
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: די גאלדענע קינדער יארן פון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

איך גיי גראדע מער פאר די היסטאריע שמועסן, שרעקליך אינטרעסאנט!
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: די גאלדענע קינדער יארן פון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

פיינע לאך געוועזן...

הגם כ'מיין אז ס'וואלט נישט געשאדט אז דו זאלסט מאכן אביסל חזרה...
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4947
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: די גאלדענע קינדער יארן פון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

וואה גאונות גאונות גאונות
די שפראך
דער איידיע פון א רבי מיט א תלמיד
דעלישעס

(ווי קען מען הערן זיינע זאכן? )
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: די גאלדענע קינדער יארן פון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

מעכטיג!

אויסער וואס האסט מיר געמאכט אויסשיסן עטליכע מאל פונעם קינד'ס ענטפערס קעגן דעם פלאטשיגן מלמד, האסטו מיר באמת איבערראשט מיט דיין שפראך, און דער עצם געביידע וויאזוי דער ארטיקל איז געבויט (אויף לופט? נע…) איז גאר אן אינטערעסאנטער, פון וואס איך האב שטארק הנאה געהאט. דו ביסט גאר גוט, מיט א גאלדענעם פעדער, און איך ערווארט פון דיר נאך אזאנע ארטיקלען ווי שנעלער.

איין זאך דארף איך נאך וויסן, צי די לעצטע תשובה פונעם מלמד צום קינד דארף איך איבערליינען, אדער איז עס הוידל-בוידל וואס ער האט פרובירט צוריקווארפן צום קינד.

אלע וויסנשאפטליכע מומחים אין פיזיקס און סייענס, פון רעלאטיוו טעאריע, קוואנטום פיזיקס, און געזעצן פון מאושען, ביז זמן און מקום, עלעקטרא-מאגנעטיק, אטאם, און יו-עף-אוס, זענען געלאדענט אהערצוקומען ווי שנעלער, מ’דארף א געהעריגער אפשאצונג אויפ’ן מצב דא.

ווער ווייסט, אפשר איז דער פנחס גלויבער סיי דא אויף אייוועלט יעצט מיט אונז, און אויך אלס קינד ביים מלמד אין חדר?

טעכניש גערעדט, קען זיין אז דער מלמד האלט אים גאר אינמיטן שלאגן יעצט. פנחס! הערסט מיר? שלעפ אוועק דיין האנט!

אבער ניין, אויסערדעם וואס פנחס הערט מיין געשריי עטליכע מילי-סעקונדעס שפעטער, קען ער אפילו נישט רעאגירן.

ווי אין א חלום שטייט ער געלעמט, זיין עבר שלעפט צום עתיד, און אזוי אויך פארקערט, און זיין הוה בלייבט פארגליווערט אינמיטן, נישט טרעפנדיג קיין מקום מנוחה.

איין מינוט, אפשר איז דער מלמד אויך דא מיט אונז? אקעי, ס'הייבט אן ווערן קאמפליצירט, פלאס וואס כ'האב מורא פונעם מלמד'ס קאנטשיק. כ'וועל לאזן פנחס’ן איבערנעמען, כ’געב אויף…

לעצם הענין, פנחס גלויבער איז ריזיג! איך האב שטארק הנאה פון אים, און אויב ליינט ער דא, זאל ער אננעמען מיין דאנק אלס א פערזענליכע.

ווען דו הערסט אים אויס מאך נאר זיכער מיטצונעמען א הויכע בענקל מיט א שירעם, ווייל מ'ריזיקירט אריינצופאלן צווישן לעכער אין די בריאה, אדער בלייבן שטעקן צווישן ענדלאזע צייט, פון וואו מ’קען מעגליך קיינמאל צוריקקומען צום רעאליטעט.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: די גאלדענע קינדער יארן פון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

שלמה מולכו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 12:58 am
איך גיי גראדע מער פאר די היסטאריע שמועסן, שרעקליך אינטרעסאנט!
יאפ, לעצטנס געהערט פון אים די געשיכטע מיט די בארג אויפשטענדלער קעגן די רוימער, זיך ממש באלעקט די פינגער מיט יעדן ווארט.

קיינמאל איז היסטאריע נישט געווארן אראפגעלייגט מיט אזאנע לעבעדיגע פארבן ווי ר' פנחס.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
Excellent
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 02, 2023 4:38 am

Re: די גאלדענע קינדער יארן פון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Excellent »

אז מען רעדט שוין יא האט איינער אן אנונג ווי דו שיעור פון קוואנטא פיזיקס איז?
אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: די גאלדענע קינדער יארן פון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

יוי איז דאס גוט!!!!! פיינע נייעס! גוט געשריבן!

דערמאנט מיר פון - להבדיל - Young Sheldon
yoish
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 16, 2024 3:44 am

Re: די גאלדענע קינדער יארן פון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoish »

ווען דער מלמד וואלט אים איבערגעלייגט וואלט ער זיך איינגעשפארט די גאנצע סומעטאכע......
אוועטאר
מילדי העברים
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: די גאלדענע קינדער יארן פון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

yoish האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:46 pm
ווען דער מלמד וואלט אים איבערגעלייגט וואלט ער זיך איינגעשפארט די גאנצע סומעטאכע......
שלום וברכה

די קומסט אריין שטארק קלאר גיי אן
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
pshat
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 26, 2024 7:16 am

Re: די גאלדענע קינדער יארן פון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך pshat »

yoish האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:46 pm
ווען דער מלמד וואלט אים איבערגעלייגט וואלט ער זיך איינגעשפארט די גאנצע סומעטאכע......
[/qu

דערמאנסט מיך מיינע "גאלדענע קינדער יארן"....
לעצט פארראכטן דורך pshat אום דאנערשטאג מארטש 28, 2024 9:39 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
שעטנז
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re: די גאלדענע קינדער יארן פון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

הא! הא!
זייער הנאה געהאט!
מיין פלאמבער האט אויך זייער שלעכטע מידות... אבער ער טויגט אויף פלאמבינג
טראמפ האט טאקע מידות מושחתות אבער פארפאלן ער טויגט...
zugzug
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 06, 2024 9:36 am

Re: די גאלדענע קינדער יארן פון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugzug »

א
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”