פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

שכוח @ממוצע .
זיי מסביר ביטע אויפן שפיץ גאפל אפשר וואס מיינט א גוטע טעראפיסט?
לאור וואס מאנכע זוכן עס אראפצורייסן.
נאכאמאל שכוח.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32054
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חייםדערבעקער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:06 pm
חלק ב' פון מיין דרשה

אינצווישן איז עפעס געשען, און דער כאראקטער פונעם טעראפיסט איז געטוישט געווארן, און די טעראפיסט'קע איז געווארן אפאטיש. זי איז פארוואנדעלט געווארן אין אזוי ווי דער ערשטער דאקטאר אינעם פריערדיגען בילד. נישטא מער אזא זאך ווי אפילו טרייען צו קאמוניקירן, סיי ווען, אינדרויסן פון די דרייפערטל שעה פון טעראפיע. ס'איז נישטא קיין שום מאטיוואציע און התחייבות, די טעראפיסט שטעלט זיך פאר ווי א סאפיטיקירטער קאנקריט דרילינג מאשין, וואס דו קענסט דינגען פאר א דרייפערטל שעה. ס'איז שוין מער נישט דער פילינג אז עס איז דא א פאציענט אויף וועמען מען ארבעט מיט א לאנג-טערמיניגן פלאן און מיט א התחייבות און התלהבות צו העלפן, נאר ס'איז ווי ביים ערשטן דאקטאר, קום, רעד, איך הער דיך אויס, איך זאג אפשר אן עצה, און פאר דו קומסט ווייס איך נישט ווער דו ביזט, און נאכדעם וואס דו גייסט ארויס פארגעס איך פון דיך, און כאילו לא היה ולא נברא.
גראַדע האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:24 pm
געהערט אמאל א גוט ווארט: ווי ווייסטו אויב א טערעפיסט איז גוט? אויב קאלט ער דיר ציווישן איין "סעשען" און די צווייטע פרעגן וואס די מאכסט.. (דאונט ווארי, ס'נישט דא אזא טערעפיסט)..
חייםדערבעקער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:27 pm
מר. גראדע, דו האסט עס גענעילט.

דאס זאג איך פאר מענטשן, אויב קענסטו נישט קאמוניקירן מיטן' טעראפיסט אינדרויסן פונעם סעשאן, איז ער גארנישט ווערד, און עס איז דיין בחירה ווען דו זאלסט דאס געוואויר ווערן, אדער נאך א האלב יאר, אדער נאך א יאר. דאס לאזן זאכן לויפן טוישט נישט דעם פאקט.
בעצם האסטו א שטארקע נקודה למחשבה, אז מ'דארף זוכן א טעראפיסט (אדער אז א טעראפיסט דארף) זוכן צו היילן דער פאציענט באופן כללי.

אבער איך מיין אז דו הרג'עסט עס מיטן אריינקומען אנריזענעבעל לגבי אינדרויסן פון דער סעשאן. איינס, עס איז פשוט נישט מעגליך פאר א טעראפיסט צו זיצן און נעמען פאון קאלס אויף דיינע טערמינען און האלטן אינאיין מאכן פאלאו אפ קאלס צו דיר, ער האט נישט די צייט. ווען דארף ער נעמען נייע קליענטן ווען ער איז ביזי רופן פופציג אלטע אן ווערן באצאלט דערפאר? א דאקטאר לאזט דיר נעמען פאלאו אפ וויזיטס בחינם? א גראסערי סטאר ארבעטער לאזט דיר אריינקומען נישט אין די שעה'ען, ווייל יעצט דארפסטו עס?
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע:משה זוכמעך

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

קנאפער ידען האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 3:08 pm

די קאנצעפט איז אז דער פאציענט שפירט ווי דער טערעפיסט איז נישט דא פאר דיר (וואס דאס איז די אמת)

וואס ביי א דאקטער און א גראסערי שפירט מען דעיס נישט.

אגב, ביי א דאקטער קען מען פרעגן פראגן אויפן טרייבל ווען עס פעלט זיך אויס אומבאצאלט, אחוץ אויב ער איז גאר א גרויסער דאקטאר, וואס דאן איז ווי פארשטענדליך שווערער אנצוקומען. משא"כ א טערעפיסט קענסטו נישט בלויז פאר די רייט פרייס.
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3048
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

די פונט אבער איז אויב זיי זענען פאר דיר אפילו אינדרויסן פין די דרייפערטל שעה וואס דעס קען זיין מיט אפאר וועגן - דיר געבן נאך אפאר מינוט ווען ספעלט אויס אין דיר נישט ארויס ווארפן, אמאל קענען ריפן פאר א מינוט ממש,אדער ענפערן א טעקטס פארשטיייט זיך ווען סאיז זייער וויכטיג, רעדן צי דיין דיין אדער דוקטור אדער עלטערן/מחנכים/ווייב/מאן, דיר געבן נאך אינפארמעשאן אחוץ די סעשאן ממש וואס קען דיר העפן וכוי' וכוי' די נקודה איז אז צי מען פילט אז ער איז דא מיט הארץ אויך. אבער וויכטיג צי געדענקן מען קען אויך זיין זייער א גוטע טערעפיסט אפילו עז טוט נישט די אלע אויבענדרמאנטע זאכן.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32054
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

גראַדע האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 3:23 pm
קנאפער ידען האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 3:08 pm
חייםדערבעקער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:06 pm
חלק ב' פון מיין דרשה

אינצווישן איז עפעס געשען, און דער כאראקטער פונעם טעראפיסט איז געטוישט געווארן, און די טעראפיסט'קע איז געווארן אפאטיש. זי איז פארוואנדעלט געווארן אין אזוי ווי דער ערשטער דאקטאר אינעם פריערדיגען בילד. נישטא מער אזא זאך ווי אפילו טרייען צו קאמוניקירן, סיי ווען, אינדרויסן פון די דרייפערטל שעה פון טעראפיע. ס'איז נישטא קיין שום מאטיוואציע און התחייבות, די טעראפיסט שטעלט זיך פאר ווי א סאפיטיקירטער קאנקריט דרילינג מאשין, וואס דו קענסט דינגען פאר א דרייפערטל שעה. ס'איז שוין מער נישט דער פילינג אז עס איז דא א פאציענט אויף וועמען מען ארבעט מיט א לאנג-טערמיניגן פלאן און מיט א התחייבות און התלהבות צו העלפן, נאר ס'איז ווי ביים ערשטן דאקטאר, קום, רעד, איך הער דיך אויס, איך זאג אפשר אן עצה, און פאר דו קומסט ווייס איך נישט ווער דו ביזט, און נאכדעם וואס דו גייסט ארויס פארגעס איך פון דיך, און כאילו לא היה ולא נברא.
גראַדע האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:24 pm
געהערט אמאל א גוט ווארט: ווי ווייסטו אויב א טערעפיסט איז גוט? אויב קאלט ער דיר ציווישן איין "סעשען" און די צווייטע פרעגן וואס די מאכסט.. (דאונט ווארי, ס'נישט דא אזא טערעפיסט)..
חייםדערבעקער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:27 pm
מר. גראדע, דו האסט עס גענעילט.

דאס זאג איך פאר מענטשן, אויב קענסטו נישט קאמוניקירן מיטן' טעראפיסט אינדרויסן פונעם סעשאן, איז ער גארנישט ווערד, און עס איז דיין בחירה ווען דו זאלסט דאס געוואויר ווערן, אדער נאך א האלב יאר, אדער נאך א יאר. דאס לאזן זאכן לויפן טוישט נישט דעם פאקט.
בעצם האסטו א שטארקע נקודה למחשבה, אז מ'דארף זוכן א טעראפיסט (אדער אז א טעראפיסט דארף) זוכן צו היילן דער פאציענט באופן כללי.

אבער איך מיין אז דו הרג'עסט עס מיטן אריינקומען אנריזענעבעל לגבי אינדרויסן פון דער סעשאן. איינס, עס איז פשוט נישט מעגליך פאר א טעראפיסט צו זיצן און נעמען פאון קאלס אויף דיינע טערמינען און האלטן אינאיין מאכן פאלאו אפ קאלס צו דיר, ער האט נישט די צייט. ווען דארף ער נעמען נייע קליענטן ווען ער איז ביזי רופן פופציג אלטע אן ווערן באצאלט דערפאר? א דאקטאר לאזט דיר נעמען פאלאו אפ וויזיטס בחינם? א גראסערי סטאר ארבעטער לאזט דיר אריינקומען נישט אין די שעה'ען, ווייל יעצט דארפסטו עס?
די קאנצעפט איז אז דער פאציענט שפירט ווי דער טערעפיסט איז נישט דא פאר דיר (וואס דאס איז די אמת)

וואס ביי א דאקטער און א גראסערי שפירט מען דעיס נישט.

אגב, ביי א דאקטער קען מען פרעגן פראגן אויפן טרייבל ווען עס פעלט זיך אויס אומבאצאלט, אחוץ אויב ער איז גאר א גרויסער דאקטאר, וואס דאן איז ווי פארשטענדליך שווערער אנצוקומען. משא"כ א טערעפיסט קענסטו נישט בלויז פאר די רייט פרייס.
דער קאנצעפט איז קלאר, אבער עס איז אויך איינזייטיג און נישט אביעקטיוו.

דער פאציענט וויל אויך איינער וואס זאל זיין עוועליבעל פאר אים 24/7 און קיינמאל נישט דארפן זיין פארנומען אין זיין אייגענע שטוב. (און פארגעס נישט אז דא א שיינע צאל פון די וואס דער טעראפיסט דיעלט מיט וואס זענען דייקא שווערע פערסאנאלעטיס און אסאך מאל אויסנוצער, וואס קען גאר זיין דער סיבה פארוואס יענער איז ביי טעראפי אין די פירסט פלעיס. דאס מאכט עס נאך אסאך מער אוממעגליך מצד דער טעראפיסט.)

כמעט קיין איין דאקטאר האסטו נישט א וועג אים צו רופן סיי ווען און ער זאל דיר ענטפערן. קענסט פרובירן רופן דער אפיס און ער וועט ענטפערן אויף זיינע טערמינען (און כמובן אויב עפעס איז אן עמערדזשענסי זאגט ער אויפן ליין: רוף הצלה און גיי און שפיטאל, און לענינינו: רוף דער קרייסיס ליין...). אבער דער דאקטאר'ס מעין דזשאב איז נישט "רעדן מיט דיר" איז גרינגער צו אפטיילן די צוויי, משא"כ א טעראפיסט וואס זיין באצאלטע ארבעט איז רעדן מיט דיר, קענסטו נישט עקספעקטן ער זאל דיר געבן א טעראפי סעשאן אויפן פאון ווען דיר שמעקט נאר אן.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
ציר
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 2:07 am

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציר »

א גיטן, לייענדיג דעם אשכול קלינגט מיר אין זכרון א לעצטיגע שמועה איבער א ברענד-נייע ארגאניזאציע וואס איז לעצענס ערשינען אויף די מאפע, ויקרא שמו בישראל "גשר", וואס זיי באנעמן זיך מיט אט דעם צורך, דהיינו, באגלייטן טערעפי, וביותר קאמפלעצירטע פעלער פון א מענטל העלט קריזיס, זיי ברענגן צאם אלע "פראוויידערס" אויף איין טיש אין מאכן זיכער אז סאיז דא א קלארע מהלך און אז יעדער איז אויף די זעלבע פעידזש. אין איין פאל ווייס איך אז זיי האבן געהאלפן די קליענט טוישן צו א צווייטע פסייכייעטריסט (און אויך געהאלפן באצאלן פאר דעם) וואס האט בעסער מיטגעארבעט מיט די טערעפיסט און די קעיס מענעדזשערס.

אויב איינער איז אינטרעסירט קען איך געוואויר ווערן קאנטעקט אינפא וכו'
חייםדערבעקער
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 12:44 pm

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייםדערבעקער »

דער טרויעריגער אמת איז אז פראוויידערס זענען אזוי אווערלאודעד מיט קעיסעס אז זיי האבן נישט די איבריגע פאר מינוט פאר קאארדינעישאן, און קאארדינעישאן און א קלארן פלאן איז דער איינציגסטער וועג וויאזוי מ'קען מצליח זיין אין טעראפיע, איך רעד פון אומ-מאטיווירטע פאציענטן וועלכע ווערן געשיקט צו טעראפיע דורך משפחה
ציר
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 2:07 am

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציר »

חייםדערבעקער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 5:58 pm
דער טרויעריגער אמת איז אז פראוויידערס זענען אזוי אווערלאודעד מיט קעיסעס אז זיי האבן נישט די איבריגע פאר מינוט פאר קאארדינעישאן, און קאארדינעישאן און א קלארן פלאן איז דער איינציגסטער וועג וויאזוי מ'קען מצליח זיין אין טעראפיע, איך רעד פון אומ-מאטיווירטע פאציענטן וועלכע ווערן געשיקט צו טעראפיע דורך משפחה
גשר באנעמט זיך מיט קאארדינעישאן.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

גראַדע האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 3:23 pm
קנאפער ידען האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 3:08 pm
חייםדערבעקער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:06 pm
חלק ב' פון מיין דרשה

אינצווישן איז עפעס געשען, און דער כאראקטער פונעם טעראפיסט איז געטוישט געווארן, און די טעראפיסט'קע איז געווארן אפאטיש. זי איז פארוואנדעלט געווארן אין אזוי ווי דער ערשטער דאקטאר אינעם פריערדיגען בילד. נישטא מער אזא זאך ווי אפילו טרייען צו קאמוניקירן, סיי ווען, אינדרויסן פון די דרייפערטל שעה פון טעראפיע. ס'איז נישטא קיין שום מאטיוואציע און התחייבות, די טעראפיסט שטעלט זיך פאר ווי א סאפיטיקירטער קאנקריט דרילינג מאשין, וואס דו קענסט דינגען פאר א דרייפערטל שעה. ס'איז שוין מער נישט דער פילינג אז עס איז דא א פאציענט אויף וועמען מען ארבעט מיט א לאנג-טערמיניגן פלאן און מיט א התחייבות און התלהבות צו העלפן, נאר ס'איז ווי ביים ערשטן דאקטאר, קום, רעד, איך הער דיך אויס, איך זאג אפשר אן עצה, און פאר דו קומסט ווייס איך נישט ווער דו ביזט, און נאכדעם וואס דו גייסט ארויס פארגעס איך פון דיך, און כאילו לא היה ולא נברא.
גראַדע האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:24 pm
געהערט אמאל א גוט ווארט: ווי ווייסטו אויב א טערעפיסט איז גוט? אויב קאלט ער דיר ציווישן איין "סעשען" און די צווייטע פרעגן וואס די מאכסט.. (דאונט ווארי, ס'נישט דא אזא טערעפיסט)..
חייםדערבעקער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:27 pm
מר. גראדע, דו האסט עס גענעילט.

דאס זאג איך פאר מענטשן, אויב קענסטו נישט קאמוניקירן מיטן' טעראפיסט אינדרויסן פונעם סעשאן, איז ער גארנישט ווערד, און עס איז דיין בחירה ווען דו זאלסט דאס געוואויר ווערן, אדער נאך א האלב יאר, אדער נאך א יאר. דאס לאזן זאכן לויפן טוישט נישט דעם פאקט.
בעצם האסטו א שטארקע נקודה למחשבה, אז מ'דארף זוכן א טעראפיסט (אדער אז א טעראפיסט דארף) זוכן צו היילן דער פאציענט באופן כללי.

אבער איך מיין אז דו הרג'עסט עס מיטן אריינקומען אנריזענעבעל לגבי אינדרויסן פון דער סעשאן. איינס, עס איז פשוט נישט מעגליך פאר א טעראפיסט צו זיצן און נעמען פאון קאלס אויף דיינע טערמינען און האלטן אינאיין מאכן פאלאו אפ קאלס צו דיר, ער האט נישט די צייט. ווען דארף ער נעמען נייע קליענטן ווען ער איז ביזי רופן פופציג אלטע אן ווערן באצאלט דערפאר? א דאקטאר לאזט דיר נעמען פאלאו אפ וויזיטס בחינם? א גראסערי סטאר ארבעטער לאזט דיר אריינקומען נישט אין די שעה'ען, ווייל יעצט דארפסטו עס?
די קאנצעפט איז אז דער פאציענט שפירט ווי דער טערעפיסט איז נישט דא פאר דיר (וואס דאס איז די אמת)
א שאד אז דו פילסט אז דאס איז די אמת. אוודאי זענען דא טעראפיסטן וואס זענען דא פארן קליענט! איך קען טעראפיסטן וואס זענען אריין אין די ליין באמת ווייל זיי האבן געוואלט מאכן אן אימפאקט. העלפן מענטשן. זיכער אזוי. פארהאן טעראפיסטן וואס נישט? יא. אבער זיכער זיכער נישט קיין כלל.
וואס ביי א דאקטער און א גראסערי שפירט מען דעיס נישט.

אגב, ביי א דאקטער קען מען פרעגן פראגן אויפן טרייבל ווען עס פעלט זיך אויס אומבאצאלט, אחוץ אויב ער איז גאר א גרויסער דאקטאר, וואס דאן איז ווי פארשטענדליך שווערער אנצוקומען. משא"כ א טערעפיסט קענסטו נישט בלויז פאר די רייט פרייס.
איך וויל דיר מסביר זיין פארוואס ס'איז אינו דומה כלל.

צום ערשטן, די זאכן וואס מ'פרעגט פון א פריימערי דאקטאר זענען געווענליך קורצע צו-די-זאך פראגעס. די פאון קאול דארף נישט נעמען מער ווי א מינוט. משא"כ פון א טעראפיסט וואס פרעגט מען? בדרך כלל דארף מען "סופארט" נישט עפעס א שאלה וואס האט א קורצע תירוץ. מ'קאלט ווען מען פילט "דאון", איז וואס זאל דער טעראפיסט ענטפערן? טוה די רבי מתיא בן חרש סגולה?? ניין. ער דארף א גאנצע סעסיע. איז דאך פשוט אז ס'איז נישט שייך.

צווייטענס, איך מיין אז דער עולם כאפט נישט ווי שווער עס קען זיין פאר טעראפיסטן. איז עס דען די זעלבע סארט פראגעס ווי א דאקטאר? טעראפיסטישע פראגעס קענען שניידן אינעם הארץ ביז די טיפע טיפענישן! שטעל זיך פאר איינער זאל האלטן אין איין באקומען פאון קאלס ווי "טעראפיסט, איך פיל אז איך וויל איינשלינגען א באטל טיילענאול", "טעראפיסט, מיין ווייב זיצט פארשפארט אין צימער און וויינט הויעך אויפן קול שוין די לעצטע דריי שעה", "טעראפיסט, איך פיל נאכאמאל אז מיין נאז איז צו לאנג און פאני".

דו כאפסט וואספארא כוחות הנפש דאס פארלאנג צו מיטהאלטן א גאנצן טאג? דו כאפסט ווי דאס קען רואינירן א מענטש? א טעראפיסט קען זיך בשום אופן נישט ערלויבן צו ווערן צו שטארק אריינגעשלעפט אין די טרויעריגע זאכן וואס ער האלט מיט.

דאס איז שוין חוץ דעם פונקט וואס @קנאפער יַדען האט אויפגעברענגט וועגן אויסנוצערס און מאניפיולעיטערס און שווערע מענטשן.
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

ר' זכריה וואלערשטיין פלעגט אסאך רעדן אז א חלק פון זיין הצלחה איז דאס וואס ער האט נישט קיין שעות ווען ער העלפט מענטשן. ער האט אויפגעהויבן די פאון ווען מען האט איהם געקאלט און מענטשן האבן דאס געפילט.

פון די אנדערע זייט האב איך גערעדט מיט א טערעפיסט אפאר וואכן צוריק וואס פלעגט אייביג זיין גרייט פאר זיינע קליענטן, אז ער האט אויפגעהערט.
ער זאגט מיר אז ער וויל אייביג זיין דא פאר זיי, אבער ער איז געווארן צו אנגעשטרענגט.

איך מיין די ליניע איז אויב די טערעפיסט טראכט פון זיינע קליענטן און אנדערע צייטן.
א טערעפיסט וואס טראכט נישט פון זיינע קליענטן צווישן איין סעסיע אינם צווייטן, זאל מוחל זיין זיכן א צווייטע פראפעסיע.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

איד27 האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 3:07 pm
שכוח @ממוצע.
זיי מסביר ביטע אויפן שפיץ גאפל אפשר וואס מיינט א גוטע טעראפיסט?
לאור וואס מאנכע זוכן עס אראפצורייסן.
נאכאמאל שכוח.
א גוטע טעראפיסט איז א גוטע מענטש. גוטע מידות און אנשטענדיג. איינער וואס האט עמאושענעל אינטעלעדזשענס. ער פארשטייט די נושא. געלערנט און בויגזאם. באטראכט זאכן מיט א ברייטע בליק און האט א וויזיע. א.א.וו.

אבער נישט יעדע טעראפיסט איז גוט פאר יעדע זאך און פאר יעדע מענטש. דאס נעמט שוין אריין א סאך. יעדער טעראפיסט האט זיך סתם אזוי געווענליך זיינע תחומים אין וואס ער טוט. קיינער טוט נישט אלעס. און נאכדעם איז דא אלע סארט מהלכים. וואס ס'ארבעט פאר איינעם ארבעט נישט פאר א צווייטן.
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

איך האב געמיינט אז א גוטע טעראפיסט איז איינער וואס באווייזט צו העלפן זיינע פאציענטן. יעצט ווער איך געוואר אז א גוטע טעראפיסט איז א פיינער געלונגענער מענטש.

הרב המאפיין חיים, דו האסט געזאגט אז די פאציענט איז נישט מאטיווירט, ווי אזוי קענסטו חלום'ן אז דער פאציענט וועט ווערן געהאלפן? די חילוק פון מעדיצין איז אז דאס טוט דאס זייניגע נישט קיין חילוק צו מען איז מאטיווירט, אבער טעראפיע דארף דער פאציענט טוהן אלעס, דער טעראפיסט איז נאר דא צו זאגן ווי אזוי. אויב די מאן איז מאטיווירט זאל ער גיין צו טעראפיע, פארוואס שיקט ער דאס ווייב?
אבי א נאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 11:51 pm

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי א נאמען »

יישר כח פארן אויסלערנען די באדייט פון "אפאטיש," הרב אליעזר ראזען האט געמיינט איך ווייס שוין...
שוין געהערט יאמפאלע רב'ס שלום בית שיעורים?
אה, סא דיין לעבן קען זיך נאך טוישן.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4320
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

אוואדאי איז דא שלעכטע טעראפיסטן.
אוואדאי איז דא נישט שלעכטע אבער מען קען צו זיי נאר רעדן אין די 50 מינוט פון די סעסיע. ווילסט עפעס אדורכשמועסן? בוק א סעשען.
אבער עס איז אויך דא צדיקים וצדקניות וואס זענען נאר אריין אין די ליין צו העלפן מענטשן. וואס געבן אוועק שעות אויף שעות!
צו ווייסט איר אז ווען מען ארבייט למשל אויף שלום בית קעיס קען א טעראפיסט פאברענגן שעות מיט אירע עלטערן און זיינע עלטערן, מיט רבנים און עסקנים. דער זאגט מען מוז זיך גט'ן, דער זאגט מען טאר נישט. און דער טעראפיסט דארף אויך רעדן מיטן דאקטער פונעם פאציענט, שעות אויף שעות אויף וואס מען ווערט נישט באצאלט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

Greeneryid האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 10:22 pm
איך האב געמיינט אז א גוטע טעראפיסט איז איינער וואס באווייזט צו העלפן זיינע פאציענטן. יעצט ווער איך געוואר אז א גוטע טעראפיסט איז א פיינער געלונגענער מענטש.
ער האט געפרעגט וואס די סימנים זענען אז דער טעראפיסט איז אזא סארט מענטש וואס באווייזט צו העלפן זיינע פאציענטן. ביזדערווייל ווייס איך נישט פון א דאטאבעיס וואס זאל זאגן אויף יעדן טעראפיסט וויפיל פראצענט קליענטן ווערן געהאלפן.
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

Kosher Travel האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 10:40 pm
אוואדאי איז דא שלעכטע טעראפיסטן.
אוואדאי איז דא נישט שלעכטע אבער מען קען צו זיי נאר רעדן אין די 50 מינוט פון די סעסיע. ווילסט עפעס אדורכשמועסן? בוק א סעשען.
אבער עס איז אויך דא צדיקים וצדקניות וואס זענען נאר אריין אין די ליין צו העלפן מענטשן. וואס געבן אוועק שעות אויף שעות!
צו ווייסט איר אז ווען מען ארבייט למשל אויף שלום בית קעיס קען א טעראפיסט פאברענגן שעות מיט אירע עלטערן און זיינע עלטערן, מיט רבנים און עסקנים. דער זאגט מען מוז זיך גט'ן, דער זאגט מען טאר נישט. און דער טעראפיסט דארף אויך רעדן מיטן דאקטער פונעם פאציענט, שעות אויף שעות אויף וואס מען ווערט נישט באצאלט.
ממ"נ, אויב ארבעט מען אומבאצאלט און דאס איז זיין פרנסה וועט עס נישט צו לאנג אנהאלטן ווייל די בילס מוז מען באצאלן. אויב איז עס נישט זיין פרנסה נאר ער האט געלט פון ערגעץ אנדערש איז ער נאר אן עסקן דאס מיינט אז אין די צייט וואס ער ארבעט אויף זיין אייגענע פרנסה איז ער נישט עוועילעבל. אלו ואלו, אויב איז עס אמת אז זיי זענען אייביג עוועילעבל וועט עס זיכער אויסקלאפן אויף זייערע אייגענע משפחות. א מענטש איז נאר א מענטש.
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

די איינציגסטע זאך וואס איז א גרעסערע סקעם ווי די טעראפי אינדאסטרי איז די רעפערעל אינדאסטרי.
אוועטאר
טרעפל
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 11:02 pm

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעפל »

א טעראפיסט וואס איז באמת געזונט דארף קענען האלטן א געזונטע דיסטענס און מיט דעם אלעם זאל דער פאציענט שפירן אז ער איז דא פאר אים און ער טראכט פון אים כאטש וואס ער איז אויך א מענטש מיט אן אייגענע לעבן. נאר וויפיל געזונטע טעראפיסטן זענען דען דא...
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

טרעפל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:44 pm
א טעראפיסט וואס איז באמת געזונט דארף קענען האלטן א געזונטע דיסטענס און מיט דעם אלעם זאל דער פאציענט שפירן אז ער איז דא פאר אים און ער טראכט פון אים כאטש וואס ער איז אויך א מענטש מיט אן אייגענע לעבן. נאר וויפיל געזונטע טעראפיסטן זענען דען דא...
דאס איז זייער ריכטיג. "אבער" זייער אסאך מאל זענען קליענטן זייער דיפענדענט און עקספעקטן צופיל פונעם טעראפיסט'ס פלייצעס.

(און וויפיל מענטשן בכלל זענען געזונט?..)
אוועטאר
טרעפל
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 11:02 pm

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעפל »

ממוצע האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 11:17 am
טרעפל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:44 pm
א טעראפיסט וואס איז באמת געזונט דארף קענען האלטן א געזונטע דיסטענס און מיט דעם אלעם זאל דער פאציענט שפירן אז ער איז דא פאר אים און ער טראכט פון אים כאטש וואס ער איז אויך א מענטש מיט אן אייגענע לעבן. נאר וויפיל געזונטע טעראפיסטן זענען דען דא...
דאס איז זייער ריכטיג. "אבער" זייער אסאך מאל זענען קליענטן זייער דיפענדענט און עקספעקטן צופיל פונעם טעראפיסט'ס פלייצעס.

(און וויפיל מענטשן בכלל זענען געזונט?..)
נישט קיין תירוץ, רוב מענטשן טארן טאקע נישט ווערן קיין טעראפיסט. חוץ פון זיין א מומחה אין רפואת הנפש דארף מען זיין כאטש אביסל געזונט, אביסל PURE. זייער אסאך טעראפיסטן זאגן גוט און פארשטייען גוט, אבער זיי פארשפרייטן א שלעכטע ענערדזשי ארום זיך, דו ווייסט נישט וואס ס'האט דיך באטראפן ווען דו באגעגנסט אים.
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע:אין קאנפערענס רום

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

חייםדערבעקער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:13 pm
חלק ד' פון מיין דרשה

איך געדענק א געשיכטע, א מיידל האט געדארפט הילף. מ'האט איר רעקאמענדירט א פרויען טעראפיסט, מ'האט איר געצאלט 250 פער סעסיע, כ'מעט א האלב יאר, דאס מיידל איז א כלה געווארן, און זאכן האבן נישט געטויגט. סאו בערך פאר 3 וואכן האט זי נישט אויפגעהויבן דעם טעלעפאן, עלטערן זענען געווען אין אנגסט, געפילט ווי מען טאפט א וואנט. ס'איז שוין געווען 4 חדשים צו די חתונה.

ענדליך נאך צענדליגער טעלעפאן רופן הייבט די טעראפיסט'קע אויף, און רעדט מיט כעס און מיט שוים, און זאגט, וואס ווילט עטס פון מיר, עטץ דארפסט א קרייסיס מענעדזשער איך קען דאס נישט הענדלען, איך האב א קעיס-לאוד פון 40 קלייענטס, איך קען דאס נישט טאן. אייער טאכטער קאנעקט נישט מיט מיך, זי האלט זיך נישט ביים עפענען בלא, בלא בלא בלא.

אמת'דיגע שיינע רייד, אפענע רייד, אבער פארוואס דארף מען דאס הערן נאך א האלב יאר, און נאך 4 וואכן פון נישט אויפהייבן א טעלעפאן און זיך נישט וויסנדיג מאכן פון דעם פאניק פון עלטערן וועלכע האבן א כלה אין שטוב 4 חדשים בעפאר די חתונה.

סאו דער טעראפיסטקע דארף אויך א טעראפיסט.
פארוואס האבן די עלטערן נישט געהאט קיין סעשאן איבערציגיין די קעיס נאך 4 וואכן וואס די מיידל איז געווען דארט?
סיי די טערעפיסט וואלט דאס געדארפט פארלאנגען און סיי די עלטערן. די טערעפיסט דארף דיר נישט געבן קיין איין מינוט אויפן טעלעפאון חוץ סקעדשל'ן. דאס איז די מיסטעיק דא, יעדע געלונגענע טערעפיסט רופט די עלטערן פאר א סעשאן, אדער סקעדשול א סעשאן אויפן פאון.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אפאהידא רב
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 04, 2023 7:16 pm

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפאהידא רב »

חייםדערבעקער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 1:26 pm
חלק ו' פון מיין דרשה

סאו איך האנדל יעצט מיט א טעראפיסט, פאר מיינסט א קרוב. און די זעלבע מעשה שפילט זיך איבער.

דער פאציענט איז אומ-מאטיווירט. דער מאן איז יא מאטיווירט, ער חלש'ט אז זיין ווייב זאל געהאלפן ווערן אין טעראפיע, אבער די טעראפיסט'קע איז נישט קיין כירורג, זי קען נישט שניידן קיין הערצער, סאו ס'האט זיך אנטוויקעלט א מצב פון צוויי קאלטע אומ'מאטיווירטע נפשות וועלכע טרעפן זיך וועכטנליך פאר עפעס א אומ'מאטיווירטע טעמ'לאזע שמועס, וואס ברענגט קיינעם נישט קיין נוצן.

די פאציענט'קע, שוועבט בכלל אין איר אייגן וועלטל, אזוי ווי אסאך פרויען וואס דארפן גייסטישע הילף, און לעטס בי האנעסט, פרויען בכלל זענען נישט גראונדעד, זיי שוועבן עפעס ארום, וועגן דעם קען מען קיין ארגומענטן נישט געווינען מיט זיי. ווידעראום דער טעראפיסט, האט פארלוירן די מאטיוואציע און ווילן צו ברענגען עפעס א נוצן צום פאציענט, אבער האט נישט די שטארקייט דאס צו זאגן פאר די קעירטעיקערס פונעם פאציענט.

בכלל איז די טערארפיסט'קע געווארן פארוואנדעלט אין א פאציענטן פראסעסינג מאשין, טייל טעג זעט זי פאציענטן אין פרייוועט פרעקטיס, און טייל טעג אין עפעס א קליניק, און נעמט אויף פאציענטן אפילו פרייטאג, און באמת פרובירט צו העלפן מענטשן, אבער סתם זיצן מיט מענטשן העלפט זיי נישט, און עס איז א ווייטאג ווען עמיצער איז אפיציעל אין טעראפיע אבער קיין שום ווארק ווערט נישט געטאן.
.

אנבעליוועבעל ווי די האסט עס גענאגלט, פאר די וואס ווייסן וואס גייט פאר אין די גאס פון מענטל העלט ביי אונזער ציבור ס׳איז ממש א הימל געשריי, פון איין זייט איז אכשר דרא ס׳דא א מורא׳דיגע אוועירנעס און די עולם גייט זיך העלפן ס׳נישט ווי אמאל, אבער פון די אנדערע זייט איז א מורא׳דיגע ווייטאג ווי אפילו נאך וואס מ׳נעמט שוין די מיה און מ׳קלעטערט ארום קען מען פארשווענדען חדשים אין טעראפי און בלייבן ביי אלף… פשוט ווייל ביים טעראפיסט ביסטו נאך א פייל און מענטעל העלט מיסודו איז זייער נישט קיין טעקניקל נושא פארקערט ס׳איז דעליקאט און סענסעטיוו, אויב איז נישטא קיין קלארע פלאן און פראגרעס איז א ברכה לבטלה די גאנצע מעשה… און אנדערע ווערטער א טעראפיסט דארף וויסן אז ער דארף אפגעבן דין וחשבון פאר איינעם חוץ דעם פאציענט וואס קען די קעיס און האט א אינטערעסע אז די פאציענט זאל געהיילט ווערן, אזוי אז די טריעטמענט איז נישט נאר א סעשאן נאר א היילונג!

Professional case management, גאר וויכטיג!
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3022
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

צד השוה האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 8:55 pm
ר' זכריה וואלערשטיין פלעגט אסאך רעדן אז א חלק פון זיין הצלחה איז דאס וואס ער האט נישט קיין שעות ווען ער העלפט מענטשן. ער האט אויפגעהויבן די פאון ווען מען האט איהם געקאלט און מענטשן האבן דאס געפילט.

פון די אנדערע זייט האב איך גערעדט מיט א טערעפיסט אפאר וואכן צוריק וואס פלעגט אייביג זיין גרייט פאר זיינע קליענטן, אז ער האט אויפגעהערט.
ער זאגט מיר אז ער וויל אייביג זיין דא פאר זיי, אבער ער איז געווארן צו אנגעשטרענגט.

איך מיין די ליניע איז אויב די טערעפיסט טראכט פון זיינע קליענטן און אנדערע צייטן.
א טערעפיסט וואס טראכט נישט פון זיינע קליענטן צווישן איין סעסיע אינם צווייטן, זאל מוחל זיין זיכן א צווייטע פראפעסיע.
און ער האט עס נישט געטון פאר פרנסה. זי"ע.
למעשה מיין איך אז די בליק דא אויף "טעראפיסטן" איז א שטיקל געמיש פון אמת'ע טעראפיסטן און "עסקנות".

אַ טעראפיסט איז נישט קיין עסקן, נישט קיין קעיס מענעדזשער, אין ניטאמאל א סאשעל ווארקער. א טעראפיסט'ס דזשאב איז נישט צו צוריקשטעלן דיין שלום בית, אדער צו צוריקברענגען דיין בחור אין ישיבה, אדער אים צו מאכן ארויסקומען פון בעט.

די דזשאב פון די טעראפיסט איז צו העלפן אויסשליסליך "זיין פאציענט" מיט זיין נפש, לויט וויאזוי די פאציענט דרוקט זיך אויס זיין פראבלעם אדער ווייטאג טוט די טעראפיסט דורך פארשידענע מהלכים אין טעראפיע העלפן דעם פאציענט זיך מסדר זיין נפשיותדיג.

די טעראפיסט טראגט נישט קיין אחריות צו העלפן דעם פאציענט אויב האט ער/זי אן אויסברוך אין א גרינעם דינסטאג. וואס יא, ביים נעקסטן סעסיע קען מען דאס אויסשמועסן, דערגיין וואס האט דאס געבראכט, און וויאזוי מ'קען עס בעסער באהאנדלן.

די טעראפיסט טראגט נישט קיין אחריות צו זאגן פארן פאציענט אז איך האב געמאכט מיט דיר צו ווייניג פראגרעס גיי זוך א צווייטן. די פאציענט אדער זיין אפוטרופוס דארף שאצן צו ער וויל אנגיין אדער טוישן, און ער קען דאס דיסקוסירן מיט'ן טעראפיסט אויב וויל ער.

איין אחריות וואס די טעראפיסט טראגט יא, איז אז אויב זעט ער אז די פאציענט איז אין א מצב סכנה ברויך ער אלאמירן 911.

א פראפעסיאנאלע טעראפיסט וועט נישט נעמען קיין קאלס/טעקסט אין פירן א שמועס סתם אין די וועלט אריין אבער וועט יא זייער משתדל זיין צו מאכן צייט פאר אן עמערזשענסי סעסיע אויפן פארלאנג פונ'ם פאציענט.

אין די פאל ווען עס איז דא א צווייטער וואס באצאלט די טעראפיע וועט געווענליך ווערן אויסגעשמועסט אין אנהייב וויאזוי די טעראפיסט וועט האלטן אינפארמירט דעם טאטן וכדו'.

די פראפעסיאנאלע טעראפיסט האט נישט קיין שום אבליגאציע צו טראכטן פון זיינע פאציענטן א מינוט נאך דעם סעסיע! ער דארף יא זיין גרייט אנצוהייבן די סעסיע מיט ביידע אויערן, און יעדע מינוט פון די סעסיע מוז זיין מקודש אך ורק פאר זיין פאציענט מיט אלע חושים. מיט סימפאטיע און עמפאטיע. אבער א מינוט דערויף איז ער באפרייט!

אויב פעלט עמפאטיע בשעת די סעסיע= פראבלעם
אויב פעלט עמפאטיע נאכ'ן סעסיע = קיין פראבלעם (אלס פראפעסיענעלקייט)

די בעסטע טעראפיסט וועט נישט זיין די בעסטע פאר יעדן, קיין איין טעראפיסט האט נישט קיין 100% סוקסעס, ניטאמאל 80% און עס איז א נארמאלע זאך פאר א פאציענט צו דורכגיין 3-4 טעראפיסטן ביז מ'קומט אן צו איינס וואס ארבעט.

צום לעצט, אבער ערשט אויפ'ן ליסטע, פארשטייט זיך אז אונז רוף מיר אן די טיטל "טעראפיסט" אויף איינער וואס איז א לייסעסנד קוואליפיצירטע טעראפיסט, נישט קיין סאשעל ווארקער (LCSW) און נישט קיין "מומחה בתורת הנפש" (די מרחק איז מער ווי הימל און ערד!!)
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

מאטל שניידער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 8:26 pm
צד השוה האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 8:55 pm
ר' זכריה וואלערשטיין פלעגט אסאך רעדן אז א חלק פון זיין הצלחה איז דאס וואס ער האט נישט קיין שעות ווען ער העלפט מענטשן. ער האט אויפגעהויבן די פאון ווען מען האט איהם געקאלט און מענטשן האבן דאס געפילט.

פון די אנדערע זייט האב איך גערעדט מיט א טערעפיסט אפאר וואכן צוריק וואס פלעגט אייביג זיין גרייט פאר זיינע קליענטן, אז ער האט אויפגעהערט.
ער זאגט מיר אז ער וויל אייביג זיין דא פאר זיי, אבער ער איז געווארן צו אנגעשטרענגט.

איך מיין די ליניע איז אויב די טערעפיסט טראכט פון זיינע קליענטן און אנדערע צייטן.
א טערעפיסט וואס טראכט נישט פון זיינע קליענטן צווישן איין סעסיע אינם צווייטן, זאל מוחל זיין זיכן א צווייטע פראפעסיע.
און ער האט עס נישט געטון פאר פרנסה. זי"ע.
למעשה מיין איך אז די בליק דא אויף "טעראפיסטן" איז א שטיקל געמיש פון אמת'ע טעראפיסטן און "עסקנות".

צום לעצט, אבער ערשט אויפ'ן ליסטע, פארשטייט זיך אז אונז רוף מיר אן די טיטל "טעראפיסט" אויף איינער וואס איז א לייסעסנד קוואליפיצירטע טעראפיסט, נישט קיין סאשעל ווארקער (LCSW) און נישט קיין "מומחה בתורת הנפש" (די מרחק איז מער ווי הימל און ערד!!)
א גוטן ר' מאטל,

וואס די ריפסט א פראפעסינאל טערעפיסט, איז וואס די גוי'אישע וועלט ריפט א פראפעסינאל טערעפיסט. דער מאדאל איז פאלטש דורכאויס!

לאמיר אויסשמועסן פארוואס דער מהלך איז א דיזעסטער.
די פראפעסיאנאלע טעראפיסט האט נישט קיין שום אבליגאציע צו טראכטן פון זיינע פאציענטן א מינוט נאך דעם סעסיע! ער דארף יא זיין גרייט אנצוהייבן די סעסיע מיט ביידע אויערן, און יעדע מינוט פון די סעסיע מוז זיין מקודש אך ורק פאר זיין פאציענט מיט אלע חושים. מיט סימפאטיע און עמפאטיע. אבער א מינוט דערויף איז ער באפרייט!
ווי די שרייבסט דארף דער טערעפיסט האבן סימפאטיע און עמפאטיע בשעת דער סעסיע. יעצט פרעג איך דיר? אמת'ער סימפאטיע און מיטגעפיל קען זיך אפהאקן א מינוט נאך א סעסיע?
די קענסט זאגן אז ער ווערט פארנומען מיט אנדערע זאכן. אויב אבער איז ער ממש נישט אינטערסירט אין זיין קליענט, איז פשט אז בשעתן סעסיע איז עס געווען א שפיל! און בעסטער פאל א פאלטשע אויבערפלעכליכע מיטגעפיל.

מיטגעפיל אין טערעפי איז נישט נאר אלץ מידות און מענטשליכקייט. דער מענטש וואס גייט צו טערעפי דארף עס האבן סיי ווייל דאס איז א חלק פון אויסהיילן און פארשטיין טראומע, און סיי ווייל טערעפי זעלבסט איז יסורים נוראים דורכצוגיין, און מען דארף האבן א מענטש מיט א הארץ וואס פארשטייט דיר באמת כדי עס צו קענען דורכשטיפן.
צום לעצט, אבער ערשט אויפ'ן ליסטע, פארשטייט זיך אז אונז רוף מיר אן די טיטל "טעראפיסט" אויף איינער וואס איז א לייסעסנד קוואליפיצירטע טעראפיסט, נישט קיין סאשעל ווארקער (LCSW) און נישט קיין "מומחה בתורת הנפש" (די מרחק איז מער ווי הימל און ערד!!)
די האסט מסתם געוויסע טערעפיסטן און עסקנים און דיין קאפ בשעת'ן שרייבן די שירות. ריכטיג?

ווייל געוויסע מומחים וואס איך קען פאקן איין גרויסע דאקטוירים,
און געוויסע מומחים מישן א קאשע.

געוויסע טערעפיסטן זענען סאליד, און קאנעקטען באמת מיט וועם זיי העלפן.
און געוויסע טערעפיסטן זענען קליינע קעפ, וואס זייער אויבערפלעכליך וועג פון קוקען אויף זאכן ברענגט מיין בלוט דרוק ארויפצוגיין.

וכן לגבי עסקנים וכן לגבי סאשעל ווארקערס וכן וכן וכן וכן.
די סעטינג איז אנדערש, אבער די פארשטאנד איז בכלל נישט לימיטעד לויט די טיטעל
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”