פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1801
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

ווען מיין אינגל אין כתה ד׳ האט מיר דערציילט אז ער האט שוין געכאפט צוויי מאל און אז דער מלמד פראסקעט אסאך איז מיר עס געווען א ריזיגע חידוש אז דאס גייט נאך אן.

נאך דערציילט ער אז א אינגל האט אראפגעווארפן א חומש (מסתמא געווען א פשוטו…) האט אים די רבי אראפגעווארפן צום ערד, ״דאס האסטו געטון צום חומש!״

איך גלייב די מעשה ווייל מיין אינגל איז נישט קריעטיוו אין באקן מעשיות און ער דערציילט מעשיות תמימותדיג כמו שהוא.
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 2:47 pm
דער באר מים חיים שרייבט אז עס שטייט נאר חושך שבטו שונא בנו, נישט חושך הכאה, ווייל אז א טאטע האט באמת ליב זיין קינד מאכט ער זיכער אז ער זאל נישט דארפן שלאגן דורכן פראמינענט ארויס שטעלן דעם שטעקן אז עס זאל דינען אלץ שטענדיגע דערמאנונג פארן קינד וואס וועט פאסירן אויב ער פאלגט נישט - און דורך דעם וועט ער פאלגן און מען וועט אים נישט דארפן שלאגן
מה המקור?

אין א אלטע אשכול ווערט עס אויך געברענגט:
קאזאבלאנקא האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2017 9:14 am
די ספרים טייטשן חושך שבטו שונא בנו (דאכט זיך דער באר מים חיים) ס'שטייט נישט מכה שבטו, ווייל דער ציל איז נישט צו שלאגן, נאר צו האלטן דעם שטעקן גרייט, חושך שבטו מיינט ווער ס'פארמיידט פון סטראשען מיט'ן שטעקן, והבן כי קצרתי
pshat
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 26, 2024 7:16 am

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך pshat »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 2:47 pm
דער באר מים חיים שרייבט אז עס שטייט נאר חושך שבטו שונא בנו, נישט חושך הכאה, ווייל אז א טאטע האט באמת ליב זיין קינד מאכט ער זיכער אז ער זאל נישט דארפן שלאגן דורכן פראמינענט ארויס שטעלן דעם שטעקן אז עס זאל דינען אלץ שטענדיגע דערמאנונג פארן קינד וואס וועט פאסירן אויב ער פאלגט נישט - און דורך דעם וועט ער פאלגן און מען וועט אים נישט דארפן שלאגן
די געדאנק האב איך שוין אסאך מאל געהערט, ווי פינקטליך אין באר מים חיים שטייט דאס ?
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

pshat האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 3:11 pm
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 2:47 pm
דער באר מים חיים שרייבט אז עס שטייט נאר חושך שבטו שונא בנו, נישט חושך הכאה, ווייל אז א טאטע האט באמת ליב זיין קינד מאכט ער זיכער אז ער זאל נישט דארפן שלאגן דורכן פראמינענט ארויס שטעלן דעם שטעקן אז עס זאל דינען אלץ שטענדיגע דערמאנונג פארן קינד וואס וועט פאסירן אויב ער פאלגט נישט - און דורך דעם וועט ער פאלגן און מען וועט אים נישט דארפן שלאגן
די געדאנק האב איך שוין אסאך מאל געהערט, ווי פינקטליך אין באר מים חיים שטייט דאס ?
פרשת שמות.
◄ ווייז ספוילער
בשורש הדין כתבנו קצת במקום אחר, שהוא, כי אב החכמים שלמה המלך ע"ה אמר בספרו (משלי י"ג, כ"ד) חושׂך שבטו שונא בנו וגו', ולכאורה היה לו לומר חושׂך הכאה שונא וגו', כי השבט לבד אינו עושה מאומה אם לא יכה בה, ואכן הוא בדרך המשל כאב האוהב את בנו אהבה גמורה ורוצה מאוד שלא להניח ידו עליו להכותו בשום פנים, ואך הוא ירא שלא יטה הבן אשורָיו מני דרך הישר כשלא יכהו לעולמים, אז לוקח שבט חזקה וגדולה, ומראה לבנו לומר אם תטה אשורך, בה אכה אותך, ותולה את שבטו בבית למעלה בכדי שיראה הבן את השבט ויירא מלעשות רע ולא יצטרך להכותו. ועתה ראה והבן כי כל עיקר עשיית השבט הלז לא היה בכדי להעניש את בנו עמה, רק אדרבה להיפוך גמור שעשאה ותלאה לפני בנו בכדי שלא יניח שבט הרשע על בנו כלל, ואכן שאם יארע שאף על פי כן יעשה הבן הרע בעיני אביו להכעיסו במעשה ידיו ודאי שיצטרך האב להכותו עמה, אבל כל עיקר עשייתה לא היה כי אם לגודל האהבה והחמלה שלא יצטרך להכותו, ולזה חושׂך שבטו שונא בנו, פירוש מי שחושׂך את שבטו מלהראותו תמיד לבנו ולייראו בה, זה הוא שונא בנו, כי עבור כן ילך הבן בשרירות לבו ויצטרך להכותו, ולזה סיים ואוהבו שחרו מוסר ופירש רש"י שם שתמיד מייסרהו לבקרים וכו' פירוש כיון שאין עשיות השבט הוא להכות רק לייסרו בזה במוסר, על כן תמיד מייסרהו, מה שאין כן בהכאה שאי אפשר תמיד להכות, והבן.
pshat
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 26, 2024 7:16 am

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך pshat »

שפילקעס האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 3:23 pm

יישר כח
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12461
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 2:47 pm
דער באר מים חיים שרייבט אז עס שטייט נאר חושך שבטו שונא בנו, נישט חושך הכאה, ווייל אז א טאטע האט באמת ליב זיין קינד מאכט ער זיכער אז ער זאל נישט דארפן שלאגן דורכן פראמינענט ארויס שטעלן דעם שטעקן אז עס זאל דינען אלץ שטענדיגע דערמאנונג פארן קינד וואס וועט פאסירן אויב ער פאלגט נישט - און דורך דעם וועט ער פאלגן און מען וועט אים נישט דארפן שלאגן
כ'בין זייער נייגעריג פארוואס ווען מען ברענגט דאס לאזט מען אויס די ווערטער וואס ער שרייבט: ואכן שאם יארע שאף על פי כן יעשה הבן הרע בעיני אביו להכעיסו במעשה ידיו ודאי שיצטרך האב להכותו עמה.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17881
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

למעלה משבעים האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 5:34 pm
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 2:47 pm
דער באר מים חיים שרייבט אז עס שטייט נאר חושך שבטו שונא בנו, נישט חושך הכאה, ווייל אז א טאטע האט באמת ליב זיין קינד מאכט ער זיכער אז ער זאל נישט דארפן שלאגן דורכן פראמינענט ארויס שטעלן דעם שטעקן אז עס זאל דינען אלץ שטענדיגע דערמאנונג פארן קינד וואס וועט פאסירן אויב ער פאלגט נישט - און דורך דעם וועט ער פאלגן און מען וועט אים נישט דארפן שלאגן
כ'בין זייער נייגעריג פארוואס ווען מען ברענגט דאס לאזט מען אויס די ווערטער וואס ער שרייבט: ואכן שאם יארע שאף על פי כן יעשה הבן הרע בעיני אביו להכעיסו במעשה ידיו ודאי שיצטרך האב להכותו עמה.
דאס איז זעלבסטפארשטענדליך, א שטעקן וואס איז פראמינענט פלאצירט דערשרעקט נישט אויב וועט עס קיינמאל נישט באנוצט ווערן.
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

למעלה משבעים האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 5:34 pm
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 2:47 pm
דער באר מים חיים שרייבט אז עס שטייט נאר חושך שבטו שונא בנו, נישט חושך הכאה, ווייל אז א טאטע האט באמת ליב זיין קינד מאכט ער זיכער אז ער זאל נישט דארפן שלאגן דורכן פראמינענט ארויס שטעלן דעם שטעקן אז עס זאל דינען אלץ שטענדיגע דערמאנונג פארן קינד וואס וועט פאסירן אויב ער פאלגט נישט - און דורך דעם וועט ער פאלגן און מען וועט אים נישט דארפן שלאגן
כ'בין זייער נייגעריג פארוואס ווען מען ברענגט דאס לאזט מען אויס די ווערטער וואס ער שרייבט: ואכן שאם יארע שאף על פי כן יעשה הבן הרע בעיני אביו להכעיסו במעשה ידיו ודאי שיצטרך האב להכותו עמה.
דאס איז דאך א דבר פשוט, אבער די חידוש איז אז רוב מאל זאל מען נישט
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2824
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

מיין ברידער לערנט אין א תלמוד תורה אין בארא פארק, ער האט עפעס גוט ארום געבארדעוועט דארט אין האלוועי פון חדר, און א רבי פון א צווייטע קלאס איז אריבער און מיין ברידער האט אפגעשפעט פון אים.
יענער האט זיך אויפגעריסן אויף אים אראפגע'זרק'ט כמה פעמים אויפן ערד, צו'מזיק'ט אלע ביינער, ער איז אהיים געקומען מיט פילע בלוי&שווארץ צייכנעס אויפן גוף. (עד כדי כך אז מיין מאמע האט באקומען טעלפאונען פון אפאר מאמעס אז זייערע קינדער זענען אהיים געקומען טראומעטייסט פון וואס יענער האט געטון).
כ'האב נישט גע'חלומ'ט אזאנס קען נאך פאסירן בימינו אלה...
וואס ברויכ'ן עלטערן טון אין אזא פאל?
אויב ברויכט איר א ויזה אין ארץ ישראל דאן פארבינד אייך אין אישי.
אזוי אויך העלפן מיר מסדר ביטוח לאומי, מיר נעמען אראפ שווארצע זיגלעך פון מדינת ישראל וכדומה.

לאנטש טיים האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 3:45 pm
נאר פאר חוצפה און ליגענט.
איז דא א מקור פארדעם?

כ'פלעג מיר אלץ וואונדערן ווי יעדע מלמד האט זיין "אלעס ביז...", איין מלמד פלעגט זאגן "אלעס ביז חוצפה", א צווייטער פלעגט זאגן "אלעס ביז ליצנות", א דריטער "אלעס ביזן קומען שפעט"....
אויב ברויכט איר א ויזה אין ארץ ישראל דאן פארבינד אייך אין אישי.
אזוי אויך העלפן מיר מסדר ביטוח לאומי, מיר נעמען אראפ שווארצע זיגלעך פון מדינת ישראל וכדומה.
שטאטס מבין
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס מבין »

איש ציון האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 5:57 pm
מיין ברידער לערנט אין א תלמוד תורה אין בארא פארק, ער האט עפעס גוט ארום געבארדעוועט דארט אין האלוועי פון חדר, און א רבי פון א צווייטע קלאס איז אריבער און מיין ברידער האט אפגעשפעט פון אים.
יענער האט זיך אויפגעריסן אויף אים אראפגע'זרק'ט כמה פעמים אויפן ערד, צו'מזיק'ט אלע ביינער, ער איז אהיים געקומען מיט פילע בלוי&שווארץ צייכנעס אויפן גוף. (עד כדי כך אז מיין מאמע האט באקומען טעלפאונען פון אפאר מאמעס אז זייערע קינדער זענען אהיים געקומען טראומעטייסט פון וואס יענער האט געטון).
כ'האב נישט גע'חלומ'ט אזאנס קען נאך פאסירן בימינו אלה...
וואס ברויכ'ן עלטערן טון אין אזא פאל?
ס'שטייט דאך, חושך שבטו שונא בנו, אויב וועסטו נישט נעמען די שטעקן אין די הענט אריין האסטו פיינט דיין זוהן
ברויכסט אראפ גיין אין חדר מברר זיין די געשיכטע און דאס טאר נישט פאסירן
ס'דאך דא היינט איבעראל אפכאפער'ס פון יעדע ריר אין א מוסד, כ'גלייב נישט מ'וועט אייך געבן צוטריט אבער זיי זאלן עס נאכקוקן כאטש...
שטאטס מבין
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס מבין »

געהערט אמאל פון א עלטערע מחנך
ער האט ארויסגעברענגט אז ווען מ'שטראפט א קינד באקומט ער די מעסידזש אז ס'איז דא צוויי צדדים און ס'קען אויסקוקן ווי ער איז יעצט אין א קאמף מיט די עלטערן און ער דערהערט נישט די חינוך מעסידזש
ענדערש דארף די קינד דערלייגן עפעס וואס ער וויל, און ס'זאל נישט זיין א זאך וואס זאל קומען פון די עלטערן א מעשה איהם אנצולערנען, נאר נישט נאכגעבן א זאך וואס ער בעהט ווייל איך בין יעצט ברוגז אויף דעם וואס ער האט געטוהן...
דעמאלטס דערהערט ער אז ער האט עפעס געטוהן קעגן די עלטערן און ער באקומט גלאט די מעסידזש אז דאס איז נישט עקסעפטעט
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9618
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

כ'האב זייער געגליכן דעם תגובה איבער דעם נושא ברענג איך עס אהער אין דעם אשכול.
ליל שישי האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:33 pm

מיין מיינאנג.....
אסאך תפלה צום איירבשטען!!!
מיינע קינדער ווייסען ב"ה אז אויב מבלאזט/כעס גייט מען גלייך אריין און בעט און אז ספעלט אויס קומט איין קלינגעדיגע אזאנס אז ספארגליסט זיך נישט נאכמאל אזוי אויפצופירן.

חנוך לנער עפ"י דרכו מיינט זיי אים מחנך ווי אזוי זיך אויפצופירן אז גם כי יזקן אז ווען ער וועט ווערן העכער די בר מצוה (ווען דעמאלטס וואלט איך דיר שוין נישט געראטן צו געבן קיין פאטש) זאל ער שוין זיין צוגעוואינט מיטן אייבערשטענס הילף.

בנוגע פעטש!!! סדא אנדער פאנישמענטס חוץ פעטש אבער איך ניץ רוב מאל פעטש ווייל לאמיר געבן א דוגמא א 6 יעריגע קינד וויל נישט גיין שלאפן קענסטו טוהן 4 זאכן (נאכן רעדן שיין זיסקייט פארוואס ווילסטו נישט גיין שלאפן אדג..) 1) שרייען 2) א פאטש 3) קנסנען למשל מלייגט אים און אנדערע שטוב, "און סהייב זיך אן "ער קלאפט ער וויינט די שרייסט אויף אים אקיצור די מאמע האט רחמנות בקיצור מפאברענגט יעצט 20-30 מינוט ווייל ח"ו שלאגן ווייל א טערפיסט האט אזוי אפגעמאכט און 20 יאר ארום גיין די טערפיסטן זאגן מען זאל געבן אנדערשער פאטש אבער אבי נישט די טראמע פון שלאפן אין א אנדערע שטוב וכד' 4) לאזן גיין שלאפען ווען ער וויל. בקיצור איך מיין אז יעדער בר שכל וואלט גענומן אפשן 2)

בעסטע צייט צו געבן פעטש לרחצה אויסלערנען דרך ארץ ,הכנה, מדות, אדג.. אדער לייגן פעפער און מויל פארן ניבול פה איז צווישען 2.5-8 יאר דעמאלטס קענסטע גרינגער טוישן די קינד וויבאלד ער ווערט נאך נישט אזוי גערעגט און ווי אינגער אלס גרינגער איז מחנך צו זיין.(פארשטייט זיך נישט פאר כעס נאר אמתדיג פאר חינוך )
נאך 9 יאר ביז דער בר מצוה נוצט מען עס ממש נאר איינצלנע מאל א יאר "אלס חזרה" ער זאל נישט צירוק פאלן.
נאך די בר מצוה מיטן אייבערשטענס הילף דארף ער איז שוין זיין געפראגרמט צו פאלגן און האבן הכנה במילא אן אמתדיגן פסק פון הארץ איז גענוג אי"ה
הצלחה!! וכן נוהג אבותינו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

איש ציון האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 5:57 pm
מיין ברידער לערנט אין א תלמוד תורה אין בארא פארק, ער האט עפעס גוט ארום געבארדעוועט דארט אין האלוועי פון חדר, און א רבי פון א צווייטע קלאס איז אריבער און מיין ברידער האט אפגעשפעט פון אים.
יענער האט זיך אויפגעריסן אויף אים אראפגע'זרק'ט כמה פעמים אויפן ערד, צו'מזיק'ט אלע ביינער, ער איז אהיים געקומען מיט פילע בלוי&שווארץ צייכנעס אויפן גוף. (עד כדי כך אז מיין מאמע האט באקומען טעלפאונען פון אפאר מאמעס אז זייערע קינדער זענען אהיים געקומען טראומעטייסט פון וואס יענער האט געטון).
כ'האב נישט גע'חלומ'ט אזאנס קען נאך פאסירן בימינו אלה...
וואס ברויכ'ן עלטערן טון אין אזא פאל?
אריבערגיין פרעגן דעם רב המוסד צו מ'מעג גיין צו די באהערדע אין אזא פאל.

איר האט ח"ו נישט געסראשעט אדער ענדליכעס. איר האט געפרעגט א תמימות'דיגע פראגע.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4323
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

שפילקעס האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 3:37 pm
שלמה המלך די חכם מכל אדם זאגט אין משלי ''חושך שבטו שונא בנו'' דער וואס האלט צוריק פון שלאגן זיין קינד האט ער אים פיינט - אדער וועט ער אים צום סוף פיינט האבן.
ווייל די מצב וועט נישט טויגן שפעטער מיט'ן קינד.

נאר וויפיל און וויזוי צו שלאגן קען מען דן זיין.

מ'דארף זיין אין א רואיגע מוט, דורכגעטראכט, נישט מתוך כעס ובהלה, און זיין זיכער בייזוך אז דאס איז די תועלת פונעם קינד אויפן יעצטיגן מצב.

לעומת זה זאגט די גמ' אין מו'ק אז ''המכה בנו גדול חיב נדוי'' וויל ער איז גורם ער זאל ארויסגיין לתרבות רעה.

סא מ'דארף האבן א שטארקע באלאנס.
איך שרייב נאר מיין דעת בעת הבית, איך האב נישט קיין דעת תורה. ביטע זיך אדורכרעדן מיט די חשובע רבנים הגאונים שליט"א.

עס איז אינטערסאנט אז שלמה המלך שרייבט אלעס אין קאוד. משלים. אלעס געשריבן מיט רוח הקודש וואס מיר האבן נישט קיין שום השגה! גאנץ שיר השירים, מיינט מען נישט פשט, נאר אלעס, אלעס איז משלים. כל השירים קודש, ושיר השירים קודש קדשים.

אבער עפעס ווען עס קומט צו געבן פעטש, פונקט די שבט, מיינט מען א רוט ממש? פונקט דא מיינט דער שטעקן, דער שטעקן אליינס, און נישט א משל אויף עפעס אנדערשט? איך מיין אז ניין. און כמה פוסקים שרייבן אזוי קלאר. למשל, רד"ק: חושך שבטו - מי שמונע השבט של מוסר מעל בנו הוא שונא אותו, כי יוצא לתרבות רע, ומי שמשחר ליסרו בקטנותו, הוא אוהב אותו, כי יקבל מוסר וילמד חכמה.

אחוץ דעם, פעטש ארבייט נישט. קיינמאל!

די וואס שרייבן דא אז מיין טאטע האט מיך געשלאגן און עס האט געארבייט, א פייג אין די נאז אריין.עס האט געארבייט temporarily, ווייל טעראר ארבייט. דעשרעקן ארבייט. מען האט געציטערט צו כאפן נאך קלעפ און שמייסן פון די פאסיק. מען האט פאר א מינוט נישט געהאט מער יראת שמים. מען האט מורא געהאט פון די רבי וואס גייט שמייסן אדער די טאטע וואס פראסקעט. און דאס איז עס. היינט קען מען דאס שוין נישט טוהן. אמאל האט א קינד נישט געהאט ווי צו לויפן, און היינט יא.

און אז מען שרייבט שוין, עס איז דא מאנכע וואס מיינען אז זיי מעגען שלאגן יענעמס קינדער. דערנאך איז דא טאטע וואס מיינע אז עס איז פאן צו ארומגיין פליקן די אויערן פון קינדער. זייט ווען מעג מען טשעפענען מיט קינדער? ווייל די ביסט שטערקער? איסור מן התורה.
לעצט פארראכטן דורך Kosher Travel אום זונטאג מארטש 31, 2024 11:16 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4323
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 30, 2024 11:40 pm
בילל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 9:51 am
שלאגן ווען מען איז אין כעס איז דאך שוין געאסרט אין די ש'ע.
ווילסט מיר זאגן אז מיינע מלמדים האבן יעדן טאג עובר געווען אויפ'ן שו"ע?
איך וויל די קלאר זאגן אז א חלק פון מיינע מלמדים האבן יעדן טאג עובר געווען אויפ'ן שו"ע!
מבייש געווען קינדער ווייל זיי האבן נישט געקענט די עברי אויף די ערגסטע אופן. אריינגעלייגט אין גארבידז קען און געהייסן אלע קינדער ארויפווארפן שמוץ. געהאקט און געבריקעט מיט פאסיקס און מיט די הענט אויף גאר א ברוטאלען אופן קליינע קינדער פון 6-7 יאר. פאר איעדע בלויע צייכן וואס איך האב געהאט פון א פאסיק האט מען עובר געווען כמה וכמה לאווין מן התורה. אוואדאי האבן זיי עובר געווען אויפן שו"ע.

דארף מען טאקע געדענקן צום גוטן די הארציגע מלמדים וואס האבן געטריי געטוהן זייער מלאכת הקודש מיט ליעבשאפט, אפילו ווען זיי האבן אויך אמאל אמאל געגעבן פעטש.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1654
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

איש ציון האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 5:57 pm
מיין ברידער לערנט אין א תלמוד תורה אין בארא פארק, ער האט עפעס גוט ארום געבארדעוועט דארט אין האלוועי פון חדר, און א רבי פון א צווייטע קלאס איז אריבער און מיין ברידער האט אפגעשפעט פון אים.
יענער האט זיך אויפגעריסן אויף אים אראפגע'זרק'ט כמה פעמים אויפן ערד, צו'מזיק'ט אלע ביינער, ער איז אהיים געקומען מיט פילע בלוי&שווארץ צייכנעס אויפן גוף. (עד כדי כך אז מיין מאמע האט באקומען טעלפאונען פון אפאר מאמעס אז זייערע קינדער זענען אהיים געקומען טראומעטייסט פון וואס יענער האט געטון).
כ'האב נישט גע'חלומ'ט אזאנס קען נאך פאסירן בימינו אלה...
וואס ברויכ'ן עלטערן טון אין אזא פאל?
שיק די רבי צו טערעפי...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4323
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

גראדע שכל האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 11:10 pm
איש ציון האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 5:57 pm
מיין ברידער לערנט אין א תלמוד תורה אין בארא פארק, ער האט עפעס גוט ארום געבארדעוועט דארט אין האלוועי פון חדר, און א רבי פון א צווייטע קלאס איז אריבער און מיין ברידער האט אפגעשפעט פון אים.
יענער האט זיך אויפגעריסן אויף אים אראפגע'זרק'ט כמה פעמים אויפן ערד, צו'מזיק'ט אלע ביינער, ער איז אהיים געקומען מיט פילע בלוי&שווארץ צייכנעס אויפן גוף. (עד כדי כך אז מיין מאמע האט באקומען טעלפאונען פון אפאר מאמעס אז זייערע קינדער זענען אהיים געקומען טראומעטייסט פון וואס יענער האט געטון).
כ'האב נישט גע'חלומ'ט אזאנס קען נאך פאסירן בימינו אלה...
וואס ברויכ'ן עלטערן טון אין אזא פאל?
שיק די רבי צו טערעפי...
שיק די רבי צו גיין האקן פלייש אין א מיעט פעקינג פלענט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1654
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

Kosher Travel האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 11:12 pm
גראדע שכל האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 11:10 pm
איש ציון האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 5:57 pm
מיין ברידער לערנט אין א תלמוד תורה אין בארא פארק, ער האט עפעס גוט ארום געבארדעוועט דארט אין האלוועי פון חדר, און א רבי פון א צווייטע קלאס איז אריבער און מיין ברידער האט אפגעשפעט פון אים.
יענער האט זיך אויפגעריסן אויף אים אראפגע'זרק'ט כמה פעמים אויפן ערד, צו'מזיק'ט אלע ביינער, ער איז אהיים געקומען מיט פילע בלוי&שווארץ צייכנעס אויפן גוף. (עד כדי כך אז מיין מאמע האט באקומען טעלפאונען פון אפאר מאמעס אז זייערע קינדער זענען אהיים געקומען טראומעטייסט פון וואס יענער האט געטון).
כ'האב נישט גע'חלומ'ט אזאנס קען נאך פאסירן בימינו אלה...
וואס ברויכ'ן עלטערן טון אין אזא פאל?
שיק די רבי צו טערעפי...
שיק די רבי צו גיין האקן פלייש אין א מיעט פעקינג פלענט.
אדער קען ער זיך לערנען שחטן
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

איך כלייב אז איך קען אפשרייבן א גרויסע ארטיקל איבער מיינע חדר יארן… ספעציעל איין יאר,
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

איך האב געהאט א מנהל אין ישיבה, וואס פלעגט מיר זאגן: "וואס ביסטו בצער אז דו האסט נישט קיין 90 אויף די פארהער? איך אלץ בחור פלעג האבן בערך 10 אדער 20 אויפן פארהער!!!"
און מען רעדט דא פון א תלמיד חכם וואס איז בקי אין ש”ס, הלכה, ספרי חסידות און ספרי יראה. און דאך האט ער אלץ בחור נישט גע’יכול’ט, נאר ער האט געארבעט אויף זיך במשך פון יארן, צו לערנען נאך און נאך ביז ער איז געוואקסן א גאון.

לענינינו, פארוואס טשעפעט די מחנך א קינד אדער בחור ווען ער פאלגט נישט אדער לערנט נישט? ווייל ס’שטערט פארן מחנך/מלמד/מגיד שיעור אז ער האט נישט א כיתה פון גוטע תלמידים וכו’, אבער אויב פאוקעסט מען בעיקר אויפן עתיד פונעם קינד, און מען טראכט נישט קיין סאך וויאזוי ער קוקט אויס יעצט אויפן מינוט, דעמאלטס זעהט מען אז די קינד וואקסט מער און מער, ווייל ער האט באקומען א מעסעדזש אז מען פארלאנגט פון אים צוביסלעך, און נישט וטאס די בו”ק פארלאנגט וד”ל.

קינדער זענען גאר גרויסע מבינים, קענסט זיי נישט אויס’נער’ן, אויב די גאנצע חינוך וואס ער באקומט איז נאר ”בחינות, און הקשבה, און כשרון” וועט ער פארשטיין אז אידישקייט איז נישט די עיקר, נאר די טפל, חלילה, אבער אויב מען בעט זיך ביי אים כי אם ליראה נאר יראת שמים און גוטע מידות און אהבת השם ותורתו, דעמאלטס ווארצלט זיך איין אין אים א געשמאק אין ערליכקייט און עבודת השי”ת.
ליל שישי
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 29, 2018 6:02 pm

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליל שישי »

אלס א מלמד פון עלטערע קינדער (בדוו..איך האב נאך קיינמאל נישט געשלאגן און קלאס, אבער ביי מיר אינדערהיים יא)

אוואדע איז דא קינדער וואס ווערן געבוירן וואויל נישט פון זיי רעד איך... איך רעד פון די קינדער וואס ווערן געבוירן פויל האבן נישט קיין געדולד און מיט חוצפה וואסאויף דעם שטייט חנוך לנער ע"פ דרכו גם כי יזקין. וואס די עיקר חינוך מדרבנן איז פון ווען די קינד האט שכל ביז די בר מצוה (שתי שערות) און א טאטע האט א חויב אזא קינד מחנך זיין מדות טובות און דרך ארץ און עבודת השם

און איך קען זעהן א חילוק פון א סטאבילע אינגל וואס אינדערהיים לויפט א סיסטעם סדא א צייט צו עסען שלאפן אויב רעדט מען מיאוס/חוצפידיג (נישט דרך ארץדיג) מפאלגט נישט כאפט מען א פאטש וכדו' ...
און א שטוב וואס ספארט אויף רעדער די טאטע/ מאמע עקספלעינן יעדע זאך צום קינד מגעט מתנות אז ער זאל זיך אויפירן גיט, און אפילו מגעט שוין יא א קנס אבער ווען די אינגל זאגט עטס האטס מיך פיינט בעקט די טאטע מאמע אראפ דערפון וואס זאל איך זאגן זיי וואקסן אויף ספוילד און אך און וויי פאר אזאנע דורות
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9618
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

ליל שישי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:26 am

און א שטוב וואס ספארט אויף רעדער די טאטע/ מאמע עקספלעינן יעדע זאך צום קינד מגעט מתנות אז ער זאל זיך אויפירן גיט, און אפילו מגעט שוין יא א קנס אבער ווען די אינגל זאגט עטס האטס מיך פיינט בעקט די טאטע מאמע אראפ דערפון וואס זאל איך זאגן זיי וואקסן אויף ספוילד און אך און וויי פאר אזאנע דורות
הונדערט פראצענט!

איך וויל נישט מקטרג זיין, אבער כ'קען נישט זיין בדרך הטבע וויאזוי ס'זאלן זיך קענען האלטן שידוכים מיט קינדער וואס זענען נישט נתחנך געווארן מיט קיין שום מין אוטאריטעט'טישע חינוך, פעטש, מוסר וכדומה.

ספוילד חברה. וויאזוי זאלן זיי האבן נערוון זיך צו בייגן צום מלמד'ס באפעלן, צום מגי''ש, והעיקר צו זיין ווייב די זעלבע די פרוי צום מאן.
אוועטאר
American Dream
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4385
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: פעטש אלץ עונש היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

pshat האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 9:36 am
עס איז שוין אסאך ארום גערעדט געווארן איבער די נושא און איך האב נאך אלץ נישט קיין קלארע בילד. איז פעטש היינטיגע צייטן נאך א מיטל פון חינוך ? אויב יא, פאר וועלעכע זאכן יא און וועלעכע נישט, ווי אזוי געט מען פעטש און ביז וועלעכע עלטער, און אזוי ווייטער. אפשר איז דא די פלאץ דאס אויס צו שמועסן צווישן חברים נאמנים.
אמאל האט עס אויך נישט געארבעט
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”