פארשפרייטע טעותים

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

"קראכן די נאקעלס מאכט די הענט שאקלען".

א באקאנטע סטראשע צו הערן ווען מ'קראכט די נאקעלס, איז אז די הענט וועלן זיך שאקלען אויף די עלטער.

דאס מציאות:

לגבי ארטרייטעס איז געמאכט געווארן פארשידענע שטודיעס, וועלכע האבן קלארגעשטעלט אז ס'האט נישט קיין שייכות. א דאקטאר אין קאליפארניע האט פאר צענדליגע יארן געקראכט נאר איין האנט כסדר, נאכן עס פארגלייכן מיט די אנדערע האנט, האט מען נישט געזעהן קיין חילוקים. גרעסערע שטודיעס האבן אויך אזוי קלאר געשטעלט. אזויפיל האט מען יא געזעהן, אז מענטשן וואס האבן אפט געקראכט די נאקעלס, האבן געהאט עטוואס א שוואכערן 'גריפ' מיטן האנט. דאס הייסט, אז דאס מאכן א פויסט איז נישט געווען מיט די זעלבע קראפט.

וואס מאכט דער גערודער?

דער גערודער ביי די נאקעלס קומט פון דעם, וואס ווען מ'ציעט אויס די פלאץ צווישן די חלקים פון די פינגער, מאכט מען אז פארשידענע געז באבעלס פון די דזשוינטס זאלן קראכן. און דעריבער קען מען נישט קראכן גלייך איינמאל נאכן צווייטן, ווייל ס'נעמט צייט ביז די באבעלס ווערן פון פריש פארמירט.

דער גערודער ביי די קניען, איז נישט די זעלבע. די סיבה איז נישט זיכער. מעגליך אז דאס קומט פון די ביינער ראבערייען.

***

"אקסן ווערן צעווילדעוועט ווען זיי זעהן דעם קאליר רויט"

דאס מציאות:

אקסן זענען רויט-גרין קאליר בלינד. זיי קענען בכלל נישט זעהן קיין רויט. דער טעות נעמט זיך פון דעם וואס אמאליגע צייטן ביי די שפילן פון די אקסן קריגערייען, האט דער שפילער (מעטאדאר) געפלאטערט מיט א רויטן טאשטיכל, און דער אקס האט זיך צעווילדעוועט. יעצט, דער סיבה פארוואס דער אקס האט זיך צעווילדעוועט, איז געווען צוליב די שנעלע רוקן פונעם טאשטיכל, גארנישט מיטן קאליר.

אינטערעסאנט צו אנמערקן, אז שור בקליפה איז 'אדום'. אויך איז אינטערעסאנט צו אנמערקן, אז עס איז באקאנט אז א רויטע קאליר נעמט אוועק דעם עין הרע. דער מונקאטשער רב זי"ע אין דברי תורה (ח"ב סימן ע"א) זאגט אז עס איז שגור בפי זקני עמנו, אז דער קאליר רויט איז מסוגל אז עס זאל נישט שולט זיין קיין עין הרע. דער באר משה זאגט אין א תשובה (ח"ח סימן ל"ו) אז עס איז איינגעפירט צו לייגן א רויט בענדל אויפן בעטל פון א קינד. און אינטערעסאנט אז יוסף הצדיק ווערט דאך אנגערופן "בכור שור", און ביי אים איז דאך נישט געווען קיין עין הרע. איך ווייס נישט צי ס'האט א שייכות, אבער ס'איז אן אינטערעסאנטער צוזאמשטעל.

***

"דער בת היענה שטעקט אריין דעם קאפ אין זאמד און מיינט אז קיינער זעט איר נישט"

אין מציאות:

א בת היענה (Ostriche) לויפט אוועק ווען עס באגעגענט א שונא. א בת היענה קען לויפן ביז 43 מייל א שטונדע. א בת היענה איז אויך זייער שטארק, א שטויס מיט איר פיס קען הרג'נען א לייב!

דער טעות נעמט זיך פון דעם וואס ווען די בת היענה זעט אז עס איז נישטא קיין וועג ארויס, וועט זי זיך אראפלייגן אויפן פלאר, און שפילן טויט. די וועג וויאזוי זי ליגט אויסגעשטרעקט אויפן פלאר, מאכט עס אויסזעהן כאילו זי שטעקט אריין דעם קאפ אין זאמד.

---
המשך אולי יבוא.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

זייער שיין און אינטערעסאנט
אוועטאר
36 געסט
שר האלפיים
תגובות: 2333
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 05, 2021 2:09 pm
לאקאציע:צוזייעט און צושפרייט אין רוב אשכולות

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 36 געסט »

זייער שיין אינטרעסאנט און אינפארמאטיוו.
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1387
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע:ביי מיר אין קעלער

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

ממוצע האט געשריבן: "אקסן ווערן צעווילדעוועט ווען זיי זעהן דעם קאליר רויט"

דאס מציאות:

אקסן זענען רויט-גרין קאליר בלינד. זיי קענען בכלל נישט זעהן קיין רויט. דער טעות נעמט זיך פון דעם וואס אמאליגע צייטן ביי די שפילן פון די אקסן קריגערייען, האט דער שפילער (מעטאדאר) געפלאטערט מיט א רויטן טאשטיכל, און דער אקס האט זיך צעווילדעוועט. יעצט, דער סיבה פארוואס דער אקס האט זיך צעווילדעוועט, איז געווען צוליב די שנעלע רוקן פונעם טאשטיכל, גארנישט מיטן קאליר.

אינטערעסאנט צו אנמערקן, אז שור בקליפה איז 'אדום'. אויך איז אינטערעסאנט צו אנמערקן, אז עס איז באקאנט אז א רויטע קאליר נעמט אוועק דעם עין הרע. דער מונקאטשער רב זי"ע אין דברי תורה (ח"ב סימן ע"א) זאגט אז עס איז שגור בפי זקני עמנו, אז דער קאליר רויט איז מסוגל אז עס זאל נישט שולט זיין קיין עין הרע. דער באר משה זאגט אין א תשובה (ח"ח סימן ל"ו) אז עס איז איינגעפירט צו לייגן א רויט בענדל אויפן בעטל פון א קינד. און אינטערעסאנט אז יוסף הצדיק ווערט דאך אנגערופן "בכור שור", און ביי אים איז דאך נישט געווען קיין עין הרע. איך ווייס נישט צי ס'האט א שייכות, אבער ס'איז אן אינטערעסאנטער צוזאמשטעל.

---
המשך אולי יבוא.

לכאורה איז משמע פארקערט פון די מעשה מיטן תוס' יו"ט (מגילת איבה)
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
[email protected]
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ס'דא נאך אסאך

שניידן די האר מאכט ס'זאל וואקסן
מייערן פארבעסערט די זע קראפט
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 19282
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

דער יעניגער האט געשריבן:

געווען אדרסירט אויף גוט געפרעגט, און ער זאגט אז נישט נאר אקסען, נאר אלע חיות. און נישט נאר א רויטע שמאטע, נאר אפי' א שווארצע ביבער היט. רייצט אויף ווען מ'שאקעלט עס אפי' קעגן א מענטש.....
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

דער יעניגער האט געשריבן:
לכאורה איז משמע פארקערט פון די מעשה מיטן תוס' יו"ט (מגילת איבה)

ש'כח פארן צוצייכענען. איך האב געדענקט די מעשה, אבער נאר פון די אידישע איבערגעזעצטע מעשה. נישט געוויסט אז דער תוס' יו"ט אליין האט עס אזוי געשריבן. אין אמת'ן האב איך היבש אסאך געזוכט אין אוצר החכמה, צי מ'רעדט עפעס וועגן דעם אין אידישע מקורות, ולא מצאתי. דאס האב איך אבער פארזעהן. קען זיין אז ער האט געשריבן לפי וואס ס'איז געווען באקאנט אין זיינע צייטן. אדער אפשר איז דא אן אנדערער אלא מאי. איך ווייס נישט.

אויך האב איך געטראכט אז אפשר האט זיך דער מוטער דארט דערשראקן, און אנגעפאנגן צו לויפן, וואס דאס האט געפלאטערט דעם טאשטיכל...
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: ס'דא נאך אסאך

שניידן די האר מאכט ס'זאל וואקסן
מייערן פארבעסערט די זע קראפט

די זענען שוין באקאנט דאכצעך...
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1387
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע:ביי מיר אין קעלער

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

ממוצע האט געשריבן:
דער יעניגער האט געשריבן:
לכאורה איז משמע פארקערט פון די מעשה מיטן תוס' יו"ט (מגילת איבה)

אויך האב איך געטראכט אז אפשר האט זיך דער מוטער דארט דערשראקן, און אנגעפאנגן צו לויפן, וואס דאס האט געפלאטערט דעם טאשטיכל...

א פיינע סברא, זייער גוט!
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
[email protected]
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: ס'דא נאך אסאך

שניידן די האר מאכט ס'זאל וואקסן
מייערן פארבעסערט די זע קראפט

נישט געוואוסט די צוויי זענען טעותים.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

זעהר שעין און מסודר
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2808
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

את פתח לו האט געשריבן:
דער יעניגער האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן: "אקסן ווערן צעווילדעוועט ווען זיי זעהן דעם קאליר רויט"

דאס מציאות:

אקסן זענען רויט-גרין קאליר בלינד. זיי קענען בכלל נישט זעהן קיין רויט. דער טעות נעמט זיך פון דעם וואס אמאליגע צייטן ביי די שפילן פון די אקסן קריגערייען, האט דער שפילער (מעטאדאר) געפלאטערט מיט א רויטן טאשטיכל, און דער אקס האט זיך צעווילדעוועט. יעצט, דער סיבה פארוואס דער אקס האט זיך צעווילדעוועט, איז געווען צוליב די שנעלע רוקן פונעם טאשטיכל, גארנישט מיטן קאליר.

אינטערעסאנט צו אנמערקן, אז שור בקליפה איז 'אדום'. אויך איז אינטערעסאנט צו אנמערקן, אז עס איז באקאנט אז א רויטע קאליר נעמט אוועק דעם עין הרע. דער מונקאטשער רב זי"ע אין דברי תורה (ח"ב סימן ע"א) זאגט אז עס איז שגור בפי זקני עמנו, אז דער קאליר רויט איז מסוגל אז עס זאל נישט שולט זיין קיין עין הרע. דער באר משה זאגט אין א תשובה (ח"ח סימן ל"ו) אז עס איז איינגעפירט צו לייגן א רויט בענדל אויפן בעטל פון א קינד. און אינטערעסאנט אז יוסף הצדיק ווערט דאך אנגערופן "בכור שור", און ביי אים איז דאך נישט געווען קיין עין הרע. איך ווייס נישט צי ס'האט א שייכות, אבער ס'איז אן אינטערעסאנטער צוזאמשטעל.

---
המשך אולי יבוא.

לכאורה איז משמע פארקערט פון די מעשה מיטן תוס' יו"ט (מגילת איבה)

געווען אדרסירט אויף גוט געפרעגט, און ער זאגט אז נישט נאר אקסען, נאר אלע חיות. און נישט נאר א רויטע שמאטע, נאר אפי' א שווארצע ביבער היט. רייצט אויף ווען מ'שאקעלט עס אפי' קעגן א מענטש.....

און ער זאגט דארט אז די טעות פון א 'רויטע' טאשטיכל קומט ווייל ביי די אקסן קריגעריי איז די טאשטיכל געווען רויט פון בלוט פון די פייטער, אבער דערשראקן האט זיך די אקס פון דאס שאקלען די טאשטיכל אליינס.
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2808
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

ממוצע האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: ס'דא נאך אסאך

שניידן די האר מאכט ס'זאל וואקסן

די זענען שוין באקאנט דאכצעך...

און וואס איז פשט פון די ספירה בערד?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:

וואס האט דאס מיט שניידן? מיין בארד וואקסטעך אויך
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7387
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זייער שיין און אינטערעסאנט
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2808
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
בן כלבא שבוע האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: ס'דא נאך אסאך

שניידן די האר מאכט ס'זאל וואקסן

די זענען שוין באקאנט דאכצעך...

און וואס איז פשט פון די ספירה בערד?

וואס האט דאס מיט שניידן? מיין בארד וואקסטעך אויך

יעדע זיבן וואכן מיט צוויי אינטשעס?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
בן כלבא שבוע האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: ס'דא נאך אסאך

שניידן די האר מאכט ס'זאל וואקסן

די זענען שוין באקאנט דאכצעך...

און וואס איז פשט פון די ספירה בערד?

וואס האט דאס מיט שניידן? מיין בארד וואקסטעך אויך

יעדע זיבן וואכן מיט צוויי אינטשעס?

דאס איז דאך בעצם אויף האר, דאכצעך ס'האט א געוויסע לענג וואס ס'גייט נישט ווייטער געהעריג
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

און די לאנגע בערד פון די ליטווישע ראשי ישיבה?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

איך הייב הענט, כ'זאג נאר נאך די וויסנשאפטליכע וועלט, קעמיר זיי פרעגן
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21844
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

אינטערעסאנטע אשכול
בשעתן ליינען האב איך געקראכט מיינע נאקעלס
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נארמאליזעם האט געשריבן: אינטערעסאנטע אשכול
בשעתן ליינען האב איך געקראכט מיינע נאקעלס

וואס? ביז יעצט האסטעך איינגעהאלטן?
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21844
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן: אינטערעסאנטע אשכול
בשעתן ליינען האב איך געקראכט מיינע נאקעלס

וואס? ביז יעצט האסטעך איינגעהאלטן?

ניין כהאב עס שוין לאנג געוויסט
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6527
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
בן כלבא שבוע האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
בן כלבא שבוע האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן: די זענען שוין באקאנט דאכצעך...

און וואס איז פשט פון די ספירה בערד?

וואס האט דאס מיט שניידן? מיין בארד וואקסטעך אויך

יעדע זיבן וואכן מיט צוויי אינטשעס?

דאס איז דאך בעצם אויף האר, דאכצעך ס'האט א געוויסע לענג וואס ס'גייט נישט ווייטער געהעריג

קענסטאך סתם אזוי פרעגן פארוואס געוויסע האבן לענגערע בערד ווי אנדערע....
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2808
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

אפילו א טינעידזשער וואס וואלט געדארפט האבן בלויז עטליכע הארעלעך וואקסט די האר שנעלער נאכ'ן שניידן.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: פארשפרייטע טעותים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: קענסטאך סתם אזוי פרעגן פארוואס געוויסע האבן לענגערע בערד ווי אנדערע....

די וואס שניידן די בארד אין די יונגע יארן האבן שפעטער לענגערע בערד, דוק ותשכח
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”