אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6349
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע:על חוט מתוח

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

אנעים זמירות האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
בדרך אפשר האט געשריבן:
פארוואס נישט? שרייבן מיט ספעלינג מיסטעיקס איז א מאדערנע זאך?
די ערשטע תקנה דא איז ווארשיינליך פשוט אלץ שטארקע גדר, און צוליב די געלט רייץ וכדו'
די 2קטע און 3'טע זענען זייער פשוט און פארשטענדליך
ווער רעדט נאך די ווייטאגליכע לעצטע שורה וואס זיי האבן געמוזט צושרייבן...
אפשר ביזטו מסביר דעם פשוט און פארשטענדליכקייט פאר די וואס זענען נישט אזעלכע הייליגע גאונים ווי דיך. איך זעה נישט וואס איז ראנג מיט א ליכטיג קאלירטע תפילין בייטעל און וואס איז ווייטאגליך מיט 'שיין שרייבען' אותיות.
איר האט נישט געכאפט וואס כהאב געמיינט.

וואס מיינט אויתיות???
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

בדרך אפשר האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
בדרך אפשר האט געשריבן:
פארוואס נישט? שרייבן מיט ספעלינג מיסטעיקס איז א מאדערנע זאך?
די ערשטע תקנה דא איז ווארשיינליך פשוט אלץ שטארקע גדר, און צוליב די געלט רייץ וכדו'
די 2קטע און 3'טע זענען זייער פשוט און פארשטענדליך
ווער רעדט נאך די ווייטאגליכע לעצטע שורה וואס זיי האבן געמוזט צושרייבן...
אפשר ביזטו מסביר דעם פשוט און פארשטענדליכקייט פאר די וואס זענען נישט אזעלכע הייליגע גאונים ווי דיך. איך זעה נישט וואס איז ראנג מיט א ליכטיג קאלירטע תפילין בייטעל און וואס איז ווייטאגליך מיט 'שיין שרייבען' אותיות.
איר האט נישט געכאפט וואס כהאב געמיינט.

וואס מיינט אויתיות???
איך האב יא געכאפט

נאר נישט קאמענטירט
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2556
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע:ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

פראקטיש האט געשריבן:
צו פארלייכטערן דעם געמיט דא. יתכן אז דער פראבלעם האט זיך אנגעהויבן ביים מאדערניזירן און טוישן די טלית ותפילין בייטלען ביי די מענער.

ווען איך בין געווען א קינד האבן אלע טאטעס געהאט אויף די בייטל די יאר וואס מ'האט חתונה געהאט,זייט מ'האט משנה געווען זענען זאכן געפאלן עשר דרגות אחורנית.

וואס ס'האט מיט אידישקייט? עכט גארנישט, אבער א שינוי איז עס געווען.

געקלערט בדרך צחות.
וואס הייסט?

אנשטאט צו מאכן שטרענגע תקנות, און די עולם קאכט און ווילדעוועט ארום, פארוואס נעמען זיך נישט די מוסדות צוזאם מיט איין אדער עטליכע קאמפאניס וואס מאכן די תפילין בייטלעך, און מוועלט אויס שיינע תפילין בייטלעך, און יא, עס קען אויך זיין לעדערנע אבער מער די נארמאלערע , און ממאכט אפ א פרייז, און נאר דאס מעגן די בר מצוה בחורים קויפן?
איך וויל נישט אראפרייסן די מוסדות, אבער די וועג ווי אזוי זיי האבן איינגעפירט דעי תקנות, איז עס געווארן ווי א פערזענליכע פייט צווישן די תלמוד תורהס מיט די עלטערן און די בר מצוה בחורים, סא מדארף אביסל אראפקריכן פון בוים און יעדער וועט זיין צופרידן.
עימעקס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 05, 2022 7:14 pm

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עימעקס »

מוסדות זענען נישט אין די ביזנעס פון בייטלעך אהער בייטלעך אהין, מוסדות זענען אין די הייליגע ביזנעס פון בויען און האלטן אונזערע קינדער הייליג. די תפילין בייטלעך פעשאן מהלך איז/געווען די פארקערטע פון דעם, און די פייט איז קעגן די מהלך. נישט קעגן די טאטעס און נישט קעגן די קינדער, נאר א פייט צו אנהאלטן ווייטער די הייליגע מיסיע.
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2556
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע:ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

אז א געוויסע חסידות האט געקענט איינפירן, אז בר מצוה בחורים זאלן גיין מיט קאשקעטלעך אנשטאטס הוטן, און אז א געוויסע מוסד און וויליאמסבורג, האט געקענט פארהאנדלן מיט עפעס א היט סטאר און וויליאמסבורג, אז זיי זאלן נישט בייגן די שטאפענע הוטן..... און מהאט שטארק געשטופט די בחורים זאלן דארט קויפן די היטן, פארוואס קען מען נישט פארהאנדלן מיט די תפילין בייטלעך קאמפאני פונקט אזוי?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5842
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

קארן האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
צו פארלייכטערן דעם געמיט דא. יתכן אז דער פראבלעם האט זיך אנגעהויבן ביים מאדערניזירן און טוישן די טלית ותפילין בייטלען ביי די מענער.

ווען איך בין געווען א קינד האבן אלע טאטעס געהאט אויף די בייטל די יאר וואס מ'האט חתונה געהאט,זייט מ'האט משנה געווען זענען זאכן געפאלן עשר דרגות אחורנית.

וואס ס'האט מיט אידישקייט? עכט גארנישט, אבער א שינוי איז עס געווען.

געקלערט בדרך צחות.
וואס הייסט?
אין צענטער פון בייטל איז געשטאנען תשכ"א אדער תשל"ה, דאס האט געזאלט אנדייטן די יאר וואס מ'האט געקריגן דאס בייטל. איי אי, געהייראט...
rach44
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 1:05 pm

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rach44 »

יא אויף די בר מצוה תפילין בייטלעך... עס איז געווען א רחמנות אויף א עלטערע בחור. מען האט אראפגעריסין די יאר מען זאל נישט ויסען ווי אלט מאיז. נעבעך
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אנעים זמירות האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
איך האב גארנישט קעגן שיינע תפילין בייטלעך. אדרבה. ס'איז א שיינע הידור.

אבער דאס איז זיכער, אז מאכן שיינע תפילין בייטלעך דארף זיין אויף אן איידעלען אופן. נישט אויפרייסעריש. ס'מוז דאך זיין עפעס א חילוק צווישן הידור מצוה און ביליגע שחצנות. ווען מ'מאכט עס אויף אן אויפרייסערישע וועג, איז דאס נישט מעורר געפילן צו א מצוה, נאר פרויערישע שחצנות און פוצעריי.

די מוסטערן האבן זיך אלץ געטוישט. ס'אלץ געווארן שענער און מער פארגעשריטן. מיין טאטע'נס תפילין בייטל מיט מיינס, איז גאר אנדערש. ומעולם לא היה מי שמיחה. ס'מוז זיין עפעס א סיבה פארוואס אזויפיל מענטשן זענען אומבאקוועם דערמיט. זאל עס זיין די מוסטערן אליין, אדער דער אופן וויאזוי מ'מארקעט עס. כ'מיין אז ס'איז בעיקר די צווייטע. ס'ווערט געמארקערט אויף זייער א שחצנות'דיגן אופן.

און צום לעצטן פוינט. איידעלקייט איז א זאך וואס מ'קען נישט מסביר זיין. ס'איז אוממעגליך. ס'איז א געפיל וואס א מענטש האט. און אויב זענען דא אסאך מענטשן וואס פילן אז דער גאנצער בייטלעך סאמאטאכע איז נישט איידל אידישלעך, דאן איז לכאורה יש דברים בגו. (ס'איז דא אלגעמיינע קאנסערוואטיוויזם, אבער כ'מיין אז דא איז עס מער די שחצנות וואס שטערט דעם עולם). דאס אז דו פילסט נישט אזוי איז נישט קיין טענה.
אויב איז דאס דער פראבלעם, פארוואס מאכט מען אוועק דעם מושג פון ואנוהו כאילו עס קומט נישט דא אריין.

אגב, מיין לשוה"ק איז נישט אזוי גוט ווי דיינס. אפשר ביזטו מסביר וואס דאס מיינט שחצנות, און פארוואס שחצנות איז נאר שייך ביי תפילין בייטלעך פון בר מצוה בחורים.

לגבי איידעלקייט, נישט אזוי זיכער אז אין אלגעמיין קען מען נישט מסביר, אבער אפילו נניח לשיטתך, איז עס עכ"פ א פערזענליכע לייק אדער דיסלייק. טא ווי קומט אריין צו אסר'ן אדער האקען קעגען עפעס וואס דיך פערזענליך איז נישט צום טעם? און אז א מנהל האט נישט ליעב קאקאש נאר האניג קוכען זאל ער עס אויך אסר'ן? עפעס וואס מען וויל מיט דעם מחייב זיין א רבים מוז מען קענען מסביר זיין לרבים.

מיך שיינט אז דער עיקר פאבלעם פון די תפילין בייטלעך איז דער קאסט, און עס איז דער זעלבע בחינה פון אלע תקנות שלא לבייש. מ'קען דן זיין א כלליות'דיגע שמועס אויף תקנות, אבער עס האט נישט קיין שייכות מיט יודישקייט.

חוז פון דעם איז נייע סטייל, קיין נפק"מ ווי איידעל עס זאל נאר זיין, א פרעמדע זאך, און מאנכע האבען נישט ליעב קיין נייע זאכען.
איך האב נישט אוועקגעמאכט דער עצם געדאנק פון 'ואנוהו'. ווי איך שרייב אין מיין ערשטן פאראגראף. פארשטייט זיך אז אויב ווערט עס נישט געטוהן אויף א אידישליכן אופן, איז נישטא קיין שום ענין דערין.

שחצנות איז א בחינה פון 'ותמגר'... די גמרא זאגט עס לגבי די הלכה אז פרויען טארן נישט גיין שבת אין רשות הרבים מיט צירונגען, ווייל "נשים שחצניות הן דילמא שלפא ומיחוי". לאמיר ארויסלאזן די פונקטליכע טייטש...

לגבי לייק און דיסלייק. מ'רעדט נישט דא פון א פערזענליכע "טעיסט". אז ס'איז נישט איידל, איז עס נישט איידל. עס ווענדט זיך נאר ווי אויסגעאיידלט א מענטש איז אין אלגעמיין. אלזא, אוודאי האט פשט צו אסר'ן אן אומאיידעלען, אדער עכ"פ א נישט באשיידענער צוגאנג צו תפילין בייטלעך. איך גיי געבן א ווילדן משל, ס'איז נאר פאר די קאנצעפט. לאמיר זאגן ס'וואלט אריין אין סטייל אז די בחורים זאלן אנטוען העמעדער מיט גרויסע קאלירטע אויפשריפטן דערויף מיט קורצע ארבל... וואלט יעדער פארשטאנען אז דאס איז נישט קיין נושא פון לייק און דיסלייק, נאר "עס פאסט נישט פאר קיין בחורים אזוי צו גיין". יעדער וואלט פארשטאנען אז ס'האט פשט דאס צו אסר'ן. יעצט, איך זאג נישט אז תפילין בייטלעך איז אזוי ווי דעם. אבער אויב פילן די מנהלים אז דאס איז נישט גענוג איידל און באשיידן ווי עס פאסט, קען מען פארשטיין אז זיי זאלן עס אסר'ן.

וועגן דאס אז ס'איז א פרעמדע זאך. ס'איז אמת. און דאס האב איך טאקע געמיינט מיט "אלגעמיינע קאנסערוואטיוויזם" וואס איך האב געשריבן. אבער איך מיין פארט אז חוץ מזה איז אויך דא וואלידע טענות אויף די צוגאנג פון די תפילין בייטלעך בכלל.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

קארן האט געשריבן:
אנשטאט צו מאכן שטרענגע תקנות, און די עולם קאכט און ווילדעוועט ארום, פארוואס נעמען זיך נישט די מוסדות צוזאם מיט איין אדער עטליכע קאמפאניס וואס מאכן די תפילין בייטלעך, און מוועלט אויס שיינע תפילין בייטלעך, און יא, עס קען אויך זיין לעדערנע אבער מער די נארמאלערע , און ממאכט אפ א פרייז, און נאר דאס מעגן די בר מצוה בחורים קויפן?
איך וויל נישט אראפרייסן די מוסדות, אבער די וועג ווי אזוי זיי האבן איינגעפירט דעי תקנות, איז עס געווארן ווי א פערזענליכע פייט צווישן די תלמוד תורהס מיט די עלטערן און די בר מצוה בחורים, סא מדארף אביסל אראפקריכן פון בוים און יעדער וועט זיין צופרידן.
דעמאלט וואלט געווען ערגערע קולות....
פארשידענע פארשידענס
שר האלף
תגובות: 1801
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2022 4:50 pm

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשידענע פארשידענס »

בדרך אפשר האט געשריבן:
פארוואס נישט? שרייבן מיט ספעלינג מיסטעיקס איז א מאדערנע זאך?
קאן זיין סיז בבחינת תקנות גוררת תקנות
אדער העט מען נאכמאכן תלמידי בעל שם אין זיך אידענטעפעצירן מיטן אידישע שייןשרייבן חתימה
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע:דא
פארבינד זיך:

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

בדרך אפשר האט געשריבן:
פארוואס נישט? שרייבן מיט ספעלינג מיסטעיקס איז א מאדערנע זאך?
זארג זיך נישט, די האש שלי אותיות מעג מען נאך
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ממוצע האט געשריבן:
שחצנות איז א בחינה פון 'ותמגר'... די גמרא זאגט עס לגבי די הלכה אז פרויען טארן נישט גיין שבת אין רשות הרבים מיט צירונגען, ווייל "נשים שחצניות הן דילמא שלפא ומיחוי". לאמיר ארויסלאזן די פונקטליכע טייטש...
לא'מיר נישט אויסלאזען. דאס שטייט נישט אין אונזער גמרא נאר אין תלמוד ירושלמי (שבת ו' א' - מא:). דער קרבן העדה טייטשט שחצניות: גסי הרוח הן. דער פני משה טייטשט שחצניות: מתפארות הן ליוהרא.

קודם ווייסט מען שוין וואס שחצנים זענען. דאס איבעריגע תגובה וועט נאכפאלגען בעזה"י ווען איך וועל האבען צייט.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אנעים זמירות האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
שחצנות איז א בחינה פון 'ותמגר'... די גמרא זאגט עס לגבי די הלכה אז פרויען טארן נישט גיין שבת אין רשות הרבים מיט צירונגען, ווייל "נשים שחצניות הן דילמא שלפא ומיחוי". לאמיר ארויסלאזן די פונקטליכע טייטש...
לא'מיר נישט אויסלאזען. דאס שטייט נישט אין אונזער גמרא נאר אין תלמוד ירושלמי (שבת ו' א' - מא:). דער קרבן העדה טייטשט שחצניות: גסי הרוח הן. דער פני משה טייטשט שחצניות: מתפארות הן ליוהרא.

קודם ווייסט מען שוין וואס שחצנים זענען. דאס איבעריגע תגובה וועט נאכפאלגען בעזה"י ווען איך וועל האבען צייט.
ש'כח פארן פארריכטן.

די טייטש האב איך געוויסט. כ'האב נאר מורא געהאט אז מ'גייט עס פשוט טייטשן 'גאוה'.
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

...
אטעטשמענטס
unnamed (10).jpg
unnamed (10).jpg (95.82 KiB) געזען 832 מאל
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

וואו ליגט די עד?

(@א........... האט מסתם נישט קיין פראבלעם מיט דעם אויך נישט

אריין אין אידישקייט)
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
וואו ליגט די עד?

(@א........... האט מסתם נישט קיין פראבלעם מיט דעם אויך נישט

אריין אין אידישקייט)
DYD
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

נעקסט לעוועל ליידער.

לענעראוויטש איז שוין נישט גענוג פאר איהם.
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
מה זה DYD?
דער איד דעילי
אוועטאר
קווארטאליסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 17, 2022 12:07 am
לאקאציע:Lee - Penn

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קווארטאליסט »

מסתמא האט געשריבן:
עימעקס האט געשריבן:
דא קומט אריין וואס דער הייליגער חזון איש האט געזאגט אז "קיצוניות" איז די קיום פון אידישקייט, און די באגריף אז "העכסטנס וועט מען אביסל קאלט ווערן" איז די חורבן פון אידישקייט.
כהאב אויכעט געזעהן דעם בריוו פונעם חזון איש זי"ע

כמיין אז מדארף עס קענען אפלערנען ריכטיג, מידת התפארת און דאס גיין אויף די דרך הממוצע איז א יסוד היסודות אין חז"ל און נאר אזוי האט יהדות א קיום, דער הייליגער חזון איש רעדט פון עקרי יהדות וואס איז נישט דעבעיטעבל ווי תורה ומצוות אדער אפילו סתם מסורה אבער צו זאגן פון דעם אז יהדות באשטייט פון נעמען אלעמאל די עקסטרעמע זייט איז פשוט פאלטש אפגעלערנט דעם בריוו פונעם חזון איש

פארשטייט זיך אז ווען סקומט א נסיון דארף מען גיין אויף די אנדערע עקסטרעם און צוליב דעם האבן מיר רבנים און מורה הוראה וויאזוי זיך צו פירן אין פראקטישע לעבן

כרעד גארנישט אנבאלאנגט די תפילין בייטלעך
ריכטיג
פאר אלע גראפיקס וואו שמחה צעטליך, איווענט אינווייטס, סמעדריש אנאסן, פראפעשינעל לאגאו'ס און כל מיני דעזיין פראדשעקט'ס אדג.
שנעלע פראפעסניאלע סערוויס פאר עפארדעבל פרייזן
איר קענט טעקסטן צו 347-309-7796
אדער אימעיל׳ט [email protected]
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

איך האב געהערט אז די סיבה פארוואס מען מאכט די גוישע תפילין בייטלעך איז ווייל ווען מען וויל ארויסווארפן א קינד פון פאבליק סקול זאל מען אים קענען זאגן נעם דיין (גוישע) תפילין בייטעל און גיי אהיים.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4383
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך האב מיך איינגעהאלטן שרייבן דא. ווייל אזוי ווי איעדע זאך אין לעבען, יש סברא לכאן ולכאן.
איך וועל נאר אזויפיהל שרייבן, איך בין אריין מיט מיין בחור פארן בר מצוה און געזאגט פארן געשעפט מאן, גיבט מיר אזא בייטעל וואס איז מותר אין ת"ת פלוני של חסידות פלוני. מיין זוהן האט אויסגעוועלט א בייטל וואס איז אסאך שענער וואס איך האב באקומען מיט יארן צירוק, אבער כמעשה. און דער געשעפט מאן האט מיך געזאגט, דאס, זיכער דאס לאזן זיי. למעשה באקום איך ארוף פונעם מנהל נאכן בר מצוה, ער פיהלט זייער אומבאקוועם מיך צו קאלן, אבער די בייטל האט אביסעלע לעדער, און עס איז אנטקעגן די תקנות, און מען מוז עס טוישן. עס האט מיך נישט געשמעקט. עס האט אוודאי נישט געשמעקט פארן בר מצוה בחור. און מיין עלטערע בחור האט חוזק גאמאכט, יא, מען טאר נישט. זעסט, פונקט מי די בייטל גייען די גויים אין פאליק סקול. אוודאי טאר מען עס נישט האבן. אלע גויים גייען מיט אזא תפילין בייטל.
אבער איך האב געזאגט, מיר באלאנגען צו די מוסדות, און די חסידות. אין די תלמוד תורה האט געמאכט אזא תקנה, און איך פארשטיי די תקנה. אבער אפילו טאמער איך פארשטיי נישט, וויל איך זאלסט גיין אין די מוסדות און פאלגן זייערע תקנות. א מוסדות מעג מאכן תקנות, און מען דארף זיך האלטן דערצו, וזהו זה. און מען איז שיין געגאנגען אין געקויפט א נייע בייטל!
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7334
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע:אויפן ערד אינטערן הימל

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

Kosher Travel האט געשריבן:
איך האב מיך איינגעהאלטן שרייבן דא. ווייל אזוי ווי איעדע זאך אין לעבען, יש סברא לכאן ולכאן.
איך וועל נאר אזויפיהל שרייבן, איך בין אריין מיט מיין בחור פארן בר מצוה און געזאגט פארן געשעפט מאן, גיבט מיר אזא בייטעל וואס איז מותר אין ת"ת פלוני של חסידות פלוני. מיין זוהן האט אויסגעוועלט א בייטל וואס איז אסאך שענער וואס איך האב באקומען מיט יארן צירוק, אבער כמעשה. און דער געשעפט מאן האט מיך געזאגט, דאס, זיכער דאס לאזן זיי. למעשה באקום איך ארוף פונעם מנהל נאכן בר מצוה, ער פיהלט זייער אומבאקוועם מיך צו קאלן, אבער די בייטל האט אביסעלע לעדער, און עס איז אנטקעגן די תקנות, און מען מוז עס טוישן. עס האט מיך נישט געשמעקט. עס האט אוודאי נישט געשמעקט פארן בר מצוה בחור. און מיין עלטערע בחור האט חוזק גאמאכט, יא, מען טאר נישט. זעסט, פונקט מי די בייטל גייען די גויים אין פאליק סקול. אוודאי טאר מען עס נישט האבן. אלע גויים גייען מיט אזא תפילין בייטל.
אבער איך האב געזאגט, מיר באלאנגען צו די מוסדות, און די חסידות. אין די תלמוד תורה האט געמאכט אזא תקנה, און איך פארשטיי די תקנה. אבער אפילו טאמער איך פארשטיי נישט, וויל איך זאלסט גיין אין די מוסדות און פאלגן זייערע תקנות. א מוסדות מעג מאכן תקנות, און מען דארף זיך האלטן דערצו, וזהו זה. און מען איז שיין געגאנגען אין געקויפט א נייע בייטל!
איך בין שטארק נתפעל פון דיין באשלוס!
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4145
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

כל הכבוד @ כשר טרעוועל
די חינוך מעסעדש וואס דיין זון האט געהערט איבער התבטלות פאר א מחנך , וועט ער געדענקן און אזוי העט אי״ה מצליח זיין
כהאף אז די געשעפט האט דיר געגעבן אן הנחה אויפן צווייטע
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”