צוואונגסט מיך צו עסן טונא?? מאך איך נישט קיין ברכה!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

צוואונגסט מיך צו עסן טונא?? מאך איך נישט קיין ברכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

"ווער ס'עסט נישט אויף די זופ, באקומט די פאטעיטאס אין זעלבן טעלער!" דונערט דער רבי.

מיר קינדער כאפן דעם לעפל מיט איין בהלה, זיך נעמענדיג פלאטשקען יויך אזש די העמדער ווערן דערטראנקען אין א ים פון גרינצייג באווירצטע אויל.
יעצט אז דו פרעגסט מיר, ווייס איך נישט וואס באמת איז שלעכט מיט פאטעיטאס אין די זופ, אבער לויט'ן טאן מיט וואס דער רבי האט דאס געזאגט, האסטו געקענט מיינען אז דאס איז דעם טייוול'ס דעליקאטעס זעלבסט.

"דו האסט זיך געוואשן?" שפיר איך א הארטן פינגער אינמיטן מיין רוקן, וואס מאכט מיר אויפשפרינגען מיט שרעק.

"יא." מעקע איך ארויס פון אונטערן ציטערדיגן לעפל. "נעכטן." לייג איך צי שטילערהייט נאך וואס דעם רבי'ןס גערוך האט זיך אפגעטראגן פון שטח.

"העי, רבי!" שרייט אויס דער ענדע צדיק נעבן מיר. "ער האט געזאגט נעכטן!"

דער רבי הערט נישט אזוי ווייט. נאך א מזל. ווען יא וואלט זיך דאס געקענט ענדיגן אזוי ווי פאריגע וואך ווען ער האט מיר געצוואונגען צו שטיין אינדרויסן פונעם מנהל'ס אפיס ווי א מצורע מיט'ן טעלער טונא אין די הענט.

פוי! שרייען מיינע פינגער'ס אויפ'ן לעפטאפ ווען איך דערמאן זיך 'סגרויליגן בילד.

מיין האלז האט הילכיג געאיבלט ווען עס האט באקומען דעם מעסעזש דורכ'ן אויג וואס האט געקוקט מיט אפשיי אויפ'ן שמייליגן שטיק טויטע פיש אינעם טעלער.

דער מלמד און מנהל האבן זיך צונויפגעשמועסט בסוד שיח אויף לשון קודש וועלכע חינוך מיטלען אנצונעמען אין דעם הארבן פאל, בשעת מיינע פוס האבן זיך געוואקלט אין רעאקציע צום אוישוויצן די.ען.עי. וואס האט זיך דערוועקט אין מיר.
אט אזוי איז מיין זיידע זיינערצייט געשטאנען אין פארנט פונעם בלאק עלטסטן וועלכער האט אים געוואלט באצוואונגען צו עסן די נארהאפטיגע אוישוויצער טונא, און דא שטיי איך, זיין אייניקל, מיט א טאפלטן דאזע פון טראומאטישע זשין'ס וועלכע זענען צו מיר אריבער דורך אלע מיינע זיידעס און באבעס, און קען זיך נישט ברענגען אריינצונעמען אין מויל אפילו איין ביסן פון דעם דאזיג טויטן פיש וועלכע איז שוין זינט דאן עלטער געווארן מיט אכציג יאר.

"עפן דיין מויל!" האט דער רבי פלוצלונג שטרענג באפוילן.
ביי מיר האבן זיך הענט און פוס גענומען ווארפן אן קאנטראל. מיין הארץ האט ווילד געקלאפט. די קישקעס האבן זיך צאמגעצויגן ווי א פארקניפטע סלינקי. פארבליבן איז בלויז איין אבר וועלכער האט זיך נישט גערירט פון ארט- דאס מויל.
ווי א גרויסער פחדן איך בין געווען, בין איך געווען טאפלט אזא עקשן. און איך האב געוואוסט איין זאך, אז יעבור עלי מה, דער דאזיגער טונא וועט זיך בשום אופן נישט אריינבאקומען צו מיר אין סיסטעם.

"מאך א ברכה!" איז געקומען דער נעקסטער באפעל. (זיך דערמאנענדיג אין דעם געשיכטע, ווייס איך נישט פארוואס פאר שמואלי אונגאר'ן איז איינגעפאלן אז מאך א ברכה ברויך א לעבעדיגן ניגון, איך וואלט געמאכט דערויף מער א דראמא סטיל.)

העי, נישט מיט מיר! האב איך ווילד אויסגעשריגן אין געדאנק. ווילסט מיך קארנערן אז איך זאל זיין געצוואונגען צו עסן דעם פיש'ל בלויז ווייל כ'האב שוין געמאכט א ברכה? פארגעס דערפון!

אבער דא שטייען איבער מיר צוויי פארשוינען מיט דאפלט עקספיריענס אין פעלד שלאכטן ווי מיר, און ווילן בלויז זען דעם פארהאסטן טונא זיך אראפגליטשן אין מיין יונגן העלזל פאר יעדן פרייז. טא גיי'מיר זיך מיאוס פארמעסטן אין אן עפנטליכן דועל קאמפף ביז'ן לעצטן טראפן בלוט! היידע!

פון דא און ווייטער, זענען זאכן געפארן פון לינקס אויף רעכטס. צום באדויערן געדענק איך נישט פונקטליך ווער עס האט צום סוף געזיגט, טראץ דעם וואס מיין עגא לאזט מיר בשום אופן נישט טראכטן אז זיי זענען עס געווען. אלזא וועלן מיר לאזן דעם געווינס ביי מיר. ערלעדיגט?

איצט עגבערט אייך מסתם די שאלה, וואס האב איך מיך יעצט דערמאנט?
כ'מיין, ווייניג טונא האב איך זינט דאן געגעסן? דריי טעראפיסטן האבן שוין זיבן מאל וואלידיטירט (מ'מעג שוין אפיציעל נוצן דעם ווארט? 'נפשי' נוצט עס אין גרויסן, אבער ביז 'מעלות' וועט עס נוצן וועט זיך נאך לכאורה פינף דורות טונא דורכשווערצן דעם גרויסן גארביטש קען אין תלמוד תורה לאנטש רום) דעם געפיל פון איבל וואס האט מיר באהערשט אין יענע פינסטערע מאמענטן, איידער איך בין געקומען צום הכרה אז דער מלמד און מנהל טוען דאס אייגענע ווי איך צו זייערע אידענע'ס פארברענטע גרילד טשיקן. די חברה זענען גארנישט בעסער ווי איך.

(רעדנדיג פון גרילד טשיקן דערמאנט זיך מיר פון יענעם רויטליכן בחור וואס פלעגט טעגליך אריינשפאצירן אין לאנטש רום, "וואס איז היינט דא פאר גרילד טשיקן?")

איז וואס האב איך מיך טאקע יעצט דערמאנט? כ'ווייס נישט. אה,יא! אוודאי ווייס איך, הער צו.

האב איך מיט פונקט אנגעשטויסן אין א הארבן רמ"א אין ברכת הפירות וואס דערקלערט אומצוויידייטיג אז אויף א מאכל וועלכע מען עסט געצוואונגענערהייט, מאכט מען נישט קיין ברכה.

נו, וואס איז אזוי הארב דערמיט?

הארב דערמיט איז, אז איין קארגן סעיף שפעטער שרייבט רבינו יוסף קארו אז ווען א מענטש איז געצוואונגען צו עסן א דבר האסור אלס פיקוח נפש, מאכט ער יא א ברכה דערויף! און דאס זעלבע ווען א חולה מוז עסן יום כיפור, מאכט ער אויך א ברכה.! און דער רמ"א פארבלייבט שטיל שווייגנדיג, זיך נישט אנרופנדיג מיט קיין ווארט. וויאזוי קען דאס זיין?

פארשטייסט נישט די סתירה? קוק אריין אין די נושאי כלים! מה נשתנה דער מענטש וואס איז פיזיש באצוואונגען געווארן צו עסן, וואס ער ברויך 'נישט' מאכן קיין ברכה, פון דעם מענטש וואס זיין 'צושטאנד' האט אים באצוואונגען צו עסן א שטיקל חזיר, וואס ער ברויך 'יא' מאכן א ברכה?

דעריבער איז דער מגן אברהם מיט'ן טורי זהב מחולק מיט'ן רמ"א, און זיי האלטן אז מ'ברויך שטענדיג מאכן א ברכה!

אבער דא קומען די אנדערע אחרונים אריין קלאר מיט א פשוט'ער תירוץ:
וויאזוי קען מען פארגלייכן דעם חולה וואס אין הכי נמי אז ער וואלט נישט געוואלט דארפן אנקומען צו אזא מצב וואו ער זאל זיין געצוואונגען צו עסן דברים אסורים, אבער יעצט אז ער האלט דא, איז ער דאך גליקליך אז ס'איז פארהאן עפעס וואס קען אים אויסהיילן! און פארקערט גאר, ס'איז נאך א מצוה נאך אויך! צום באצוואונגענער וואס שטויסט מיט די הענט און פוס, בשעת צוויי געמיינער פארשוינען שטופן אים אריין דאס עסן מיט צוואנג?

איז דאך פשוט און פארשטענדליך פארוואס דער רמ"א רופט זיך נישט אן אין נעקסטן סעיף! ווייל דארט איז ער מודה אז מ'מאכט טאקע יא א ברכה!

אלזא, דעריבער זענען מיינע רייד געוואנדן צו סיי וועמען'ס שכל פארשטייט אז צוואונגען קינדער צום עסן איז דער ריכטיגער מיטל:

קאנסט אים צוואונגען צו עסן וויפיל דו ווילסט, אבער קיין ברכה טאר ער בפשטות נישט מאכן!

העסטע מיך טרייען אפצופרעגן דורכ'ן מגן אברהם און טורי זהב? וועל איך דיך ענטפערן, אז איינמאל זייער קשיא איז אוועקגעפאלן, איז לכאורה נישטא קיין סאך מקום זיך אויף זיי צו פארלאזן. און אט אזוי פסק'נט אויך דער משנה ברורה.

אלנפאלס, האט'ס מיר א גוטן אפעטיט.
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
שמואל מנשה
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 11:07 pm

Re: צוואונגסט מיך צו עסן טונא?? מאך איך נישט קיין ברכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל מנשה »

געוואלדיג געשריבן, ווען מען לערנט ווען אלעס מיט אזא משל קודם וואלט עס לכאורה בעסער געדענקט
יישר כח
אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

Re: צוואונגסט מיך צו עסן טונא?? מאך איך נישט קיין ברכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

א דאנק פאר'ן קאמפלימענט. דער פראבלעם איז אז ס'איז גארנישט קיין משל. ס'איז א מעשה שהיה.
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2728
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: צוואונגסט מיך צו עסן טונא?? מאך איך נישט קיין ברכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

איך האלט אז ס'איז טאקע נישט ריכטיג צו צווינגען א קינד צו עסן א ספעציפישע מאכל, אבער פון די אנדערע זייט דארף די מלמד זיכער מאכן אז דאס קינד איז זאט. דערפאר דארף די מלמד פרעגן דאס קינד וואס האסטו יא געגעסן? אויב האט ער גארנישט געגעסן דאן מוז ער אויסוועלן איינס פון די צוגעגרייטע מאכלים און עסן. געווענליך איז דא כאטש איינס פון די מאכלים וואס דאס קינד קען אריינעמען אין מויל, און אויב נישט דארפן די עלטערן נעמען א מהלך וויאזוי צו אויסלערנען דאס קינד צו עסן.

אבער אינטערשטע שורה, דיין מלמד איז נישט אזא רשע.
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: צוואונגסט מיך צו עסן טונא?? מאך איך נישט קיין ברכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

געוואלדיג! שוין לאנג נישט געזעהן אזא גוטס אויפן וועלטל.

האסט מיר דערמאנט פון די סיעף און הלכות שבת ווי דער תניא שרייבט קלאר אז ''עס איז דא א חיוב צו עסן פיש שבת, אבער טאמער ער האט עס פיינט אדער עס איז נישט גוט פאר אים, איז עס נישט קיין שום ענין וויבאלד עס איז נישט קיין עונג שבת נאר פארקערט''

אנטשולדיג איך האב נישט קיין שו''ע אין פארענט יעצט.
אוועטאר
מענדל וועבער
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 1:42 am

Re: צוואונגסט מיך צו עסן טונא?? מאך איך נישט קיין ברכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל וועבער »

wow ow w owow wow wow אוי ווי די שרייבסט גוט !!!

ממש צום זאך !!!

שענק אריין פארן מוסדות נאך אזעלכע!
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: צוואונגסט מיך צו עסן טונא?? מאך איך נישט קיין ברכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

באטל וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 15, 2023 4:12 pm
געוואלדיג! שוין לאנג נישט געזעהן אזא גוטס אויפן וועלטל.

האסט מיר דערמאנט פון די סיעף און הלכות שבת ווי דער תניא שרייבט קלאר אז ''עס איז דא א חיוב צו עסן פיש שבת, אבער טאמער ער האט עס פיינט אדער עס איז נישט גוט פאר אים, איז עס נישט קיין שום ענין וויבאלד עס איז נישט קיין עונג שבת נאר פארקערט''

אנטשולדיג איך האב נישט קיין שו''ע אין פארענט יעצט.
האסטו...

''וטוב ליזהר לאכול דגים בכל סעודה אלא אם כן הדגים מזיקים לו לפי טבעו או ששונאם שאין לו מהם עונג אלא צער והשבת לענג ניתן כמו שיתבאר בסימן רפ"ח.''
אוועטאר
חכם גדול
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 2:00 pm

Re: צוואונגסט מיך צו עסן טונא?? מאך איך נישט קיין ברכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם גדול »

אויף געצוואונגענע טונא דארף מען אפשר נישט מאכן קיין ברכה, אבער אויב דורך די געצוואונגענע טונא קומט אזא מייסטער ארטיקל, דארף מען שוין איינמאל א ברכה מאכן...

כ'האב אין מיין לעבן שוין אסאך טונא פארדייעט, אבער עסן טונא מאכל @בן דרוסאי האט אלע טעמים!
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6511
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: צוואונגסט מיך צו עסן טונא?? מאך איך נישט קיין ברכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אוי מיי, האסטו א שפראך (און דו דערמאנסט מיר געוויסע נישט גוטע מעמאריס, א חלק האט צו טון מיט כמו-פעטעטעס אין די גריז... ואכמ"ל)
צוביסלעך הייב איך אן צו פארשטיין פשט אין דיין ניק נאמען, זאכן פאלן אין פלאץ...
דער עיקר: שרייב אפטער!!
אוועטאר
רבי מיילעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 7:01 pm

Re: צוואונגסט מיך צו עסן טונא?? מאך איך נישט קיין ברכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי מיילעך »

לויט דעם פארשטייט מען שוין פארוואס די רבי האט צוגעלייגט דעם אלעמען באקאנטן "איין טאג וועסטו מיר נאך דאנקבאר זיין".
ווייל אזוי איז עס שוין יא דומה צו די סברה וואס דו ברענגסט פון די אחרונים, פארוואס א חולה וואס עסט געצוואונגענערהייט מאכט א ברכה.
הגם מ'קען נאך אלס מחלק זיין, אבער א לימוד זכות אויף דיין רבי'ן איז עס זיכער...
דאס לעבן איז נישט גרינג, א פעקעלע טו איך שלעפן. טאטי פארוואס? - דאנט ווארי סאיז אלעס לטובה . // אבער טאטי, אבער טאטי איך וויל דיך עפעס זאגן… - פליק איט. // לאז געמאכט, רעד זיך נישט אזויפיל אפ, דזשאסט פליק איט און גיי ווייטער.. (קרעדיט: איינס )
אוועטאר
העלאוקיטי
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 01, 2023 10:16 pm

Re: צוואונגסט מיך צו עסן טונא?? מאך איך נישט קיין ברכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאוקיטי »

און נאכדעם וואונדערט זיך די מאמע פארוואס פלוצלינג אין שיינעם טאג ווען זי וויל אריינלייגן פאטעטעס און דיין זופ בוסטו אזוי דערקעגן, אוודאי דיין רבי האט אריינגעלייגט אזא פיינשאפט צו עס
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: צוואונגסט מיך צו עסן טונא?? מאך איך נישט קיין ברכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

😂
געליינט און הנאה געהאט. שכוח!
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: צוואונגסט מיך צו עסן טונא?? מאך איך נישט קיין ברכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

פיין געשריבן, האסט א געשמאקן פעדער.

צום עצם ענין, איך צווינג טאקע נישט מיינע קינדער צו עסן. הונגעריגע קינדער עסן, אז ער וויל נישט עסן איז ער נישט הונגעריג. וואס יא, מען דארף זיכער מאכן זיי עסן נישט קיין נאש נאר בלייבן הונגעריג ביז מען געט זיי געזינטע עסן.
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: צוואונגסט מיך צו עסן טונא?? מאך איך נישט קיין ברכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

יוש האבעך געלאכט… א געוואלדיגע שרייבער !!!!
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: צוואונגסט מיך צו עסן טונא?? מאך איך נישט קיין ברכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

גאר גוט געשריבן.
SPXUP
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 27, 2022 10:35 pm

Re: צוואונגסט מיך צו עסן טונא?? מאך איך נישט קיין ברכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPXUP »

פיין געשריבן. איך וויל נאר צולייגען אז אנדערש ווי רוב מענטשן מיינען אז ס'איז א מצוה צי פיינוגען די קינדער אדער אייניקלעך צי עסן פיש שבת, אפילו מהאט עס נישט ליעב. מנעמט א שטיקעל פיש מוויקעלט עס איין אין א גרויס שטיקעל טישא חלה, אין מצווינגט אראפ צי שלינגען אין זאגן הויך לכבוד שבת קודש...

פסקנ'ט אונז די הייליגע משנה ברורה סי' רמ"ב.
גם טוב שיאכל בכל סעודה מג' סעודות דגים אם לא שאין נאותים לו לפי טבעו או ששונאןושבת לעונג ניתן ולא לצער
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17315
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: צוואונגסט מיך צו עסן טונא?? מאך איך נישט קיין ברכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

גאר גיט. הנאה געהאט.
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5051
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: צוואונגסט מיך צו עסן טונא?? מאך איך נישט קיין ברכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

פיין פיין דער @בן דרוסאי קומט אריין קלאר!!

איך קען אבער נישט פארשטיין וואסיז דיין שנאה צום רחמנות'דיגן אומשולדיגן טונא, חוץ אויב די קעניג פון קלאס האט עס נישט געלאזט עסן....
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
משה יוסל
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2022 7:25 am

Re: צוואונגסט מיך צו עסן טונא?? מאך איך נישט קיין ברכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יוסל »

איך גלייך די קעפל...

פיין געשריבן
קוק עס אן אזוי ווי ס'איז: איך הייס משה יוסל
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 809
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: צוואונגסט מיך צו עסן טונא?? מאך איך נישט קיין ברכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

שלומי שפילמאן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 15, 2023 9:02 pm
😂
געליינט און הנאה געהאט. שכוח!
שלומי שרייבט פון עקספיריענס... ער איז געווען מנהל פאר א פאר מינוט... האט ער אנגעמקל'ט אבא בערקאוויטש פון לב קווייער. איינער מיט די קליפ?
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 809
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: צוואונגסט מיך צו עסן טונא?? מאך איך נישט קיין ברכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

גלענצנדע ארטיקל!

אפעטיטליך און זאפטיג אראפגעלייגט.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18808
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: צוואונגסט מיך צו עסן טונא?? מאך איך נישט קיין ברכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

😂

דער רייכער געשמאקער שפראך איז א באנוס.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17881
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: צוואונגסט מיך צו עסן טונא?? מאך איך נישט קיין ברכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

שו שו שו...

פשיהא,

אזאנס און אזאכע...
אוועטאר
זויער טייג
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 5:48 pm
לאקאציע:אין בעקעריי

Re: צוואונגסט מיך צו עסן טונא?? מאך איך נישט קיין ברכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זויער טייג »

אוי... שלעפסט מיר אריין אין ווייטאגליכע קינדערישע קאשמארן
רוב מאל איז די תירוץ "ניין"
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3793
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: צוואונגסט מיך צו עסן טונא?? מאך איך נישט קיין ברכה!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

גאר גיט, און נאכאמאזעל דו דערמאנסט זיך זאכן אויך,
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”